ספריית חב"ד ליובאוויטש

א'קנה

ב"ה, כ"ח מנחם אב, ה'תיש"א ברוקלין, נ. י.

ברכה ושלום!

איך האב באקומען אייער בריוו, און עס האט מיר געפרייט צו הערן אז אייער זון שי' ערהוילט זיך פון דער אפעריישאן. איך האף אז ער פילט זיך גוט. אויך שרייבט איר, אז אייער טאכטער תי' האט געהאט אן עקסידענט און בעט א ברכה. האף איך אז אייער טאכטער פילט זיך אויך בעסער, און איר וועט קענען אנזאגן גוטע בשורות אין דעם.

בא דער געלעגנהייט וויל איך אויפמערקזאם מאכן, אז פונקט ווי א מוטער זארגט וועגן קערפערליכן געזונד פון אירע קינדער, דארף זי אויך זארגן וועגן געזונט פון דער נשמה פון אירע קינדער. האף איך, אז איר ניצט אויס אייער השפעה אויף אייערע זין און טאכטער שי', אז זייערע הייזער זאלן זיין ווי אידישע הייזער דארפן זיין.

עס זיינען דא מוטערס וועלכע רעכענען, אז די קינדער וועלן ניט פאלגן, ריידן זיי ניט מיט זיי וועגן אידישקייט; אנדערע שעמען זיך צו ריידן. אבער ביידע זאכן זיינען פאלש, ווייל ס'איז ניט שייך צו שעמען זיך וואו עס איז נוגע דעם נשמה-געזונד פון קינדער. איך בין אויך זיכער, אז בשעת מען רעדט מיט קינדער איין מאל און א צווייטן און מ'דעקלערט זיי מיט פאסנדע ווערטער, אז דער איין און איינציקער וועג פאר אידן צו זיין אמת גליקליך און האבן אמת גליקליכע הייזער, איז נאר דער אידישער וועג פון תורה און מצוות, איז סוף כל סוף פועלט מען דאס בא זיי.

אין דער האפנונג צו הערן פון אייך גוטע בשורות, בברכה.