ספריית חב"ד ליובאוויטש

א'קסג

ב"ה, א' אלול, תשי"א ברוקלין.

שלום וברכה!

עס האט מיך געפרייט צו הערען א גרוס פון אייך דורך הרה"ח אי"א נו"מ עוסק בצרכי צבור מהו"ר יוסף שי' וויינבערג, אז אייער געזונט צושטאנד איז בעסער ווי געווען און אז אייער געפלאנטע רייזע איז ניט פארווירקליכט געווארן, עס איז באוואוסט דער טייטש פון אשרי יושבי ביתיך - אז דאס איז א מעלה צו - עוד יהללוך סלה.

איך רעכען, אז איר נעמט איינטייל אין שיעורי תורה, און זעהט אויך צו שטיצען די וואס לערנען אין אייער מדינה, אלס צוגאב צו דער שטיצע וואס איר שיקט אויסער אייער מדינה.

מיך אינטערעסירט צו וויסן ווי איר פילט אין געזונט און וועגען אייערע געשעפטען, אויך וועגען אייערע גייסטיקע (רוחניות'דיקע) ענינים, און איר קאנט מיר שרייבן אין אידיש אדער ענגליש (ווי עס איז אייך באקוועמער אויסדריקן ידיעות און וואונשען):

איך וויל אייך אויפמערקזאם מאכען - חאטש איך דיינק אז געוויס טוט דאס איר - צו זאגען אלע טאג אין דער פרי נאכן דאוונען דעם יום תהלים (ווי דער תהלים ווערט פאנאנדערגעטיילט אויף די טעג פון חדש) און אין חדש אלול ביז יום כפור, מוסיף זיין אויך די קאפיטלעך תהלים וועגען וועלכע מיין שווער כ"ק אדמו"ר האט איבערגעגעבן אין נאמען פון זיין זיידען דעם צמח צדק און דעם אלטען רבי'ן (בעל השולחן ערוך והתניא) אז מען זאל זיי זאגען אין די טעג פון חדש אלול ביז יום כפור, און ווי זיי זיינען אויסגערעכנט אין דעם "היום יום".

אין דער סדרה ראה, וואס מען האט געלייענט נעכטן, זאגט די תורה, ראה נתתי לפניך את החיים וגו' ובחרת בחיים, האט כ"ק מו"ח אדמו"ר ערקלערט, אז מיט דעם וואס דער אויבערשטער ברוך הוא זאגט צו די אידן, ובחרת איר זאלט אויסקלייבן אין תורה ומצות, וואס דאס איז דער דרך החיים איז מיט דעם זאגען ובחרת, גיט הקב"ה כח צו יעדן אידן אז ער זאל קאנען ביישטיין די נסיונות וואס ער האט פון דרויסען. און אויך די טענות פון זיין יצר הער פון אינווייניג, און גיין אין דער וועג פון תורה ומצות, וואס דאס גיט אים חיים ארוכים, חיים טובים, חיים של פרנסה והצלחה.

בא אונז איז דער מנהג אז שוין פון אנהויב אלול דערמאנט מען כתיבה וחתימה טובה, ווינש אויך אייך און אייער פרוי און קינדער יחיו א כתיבה וחתימה טובה לשנה טובה ומתוקה.

אייער נדבה וואס איר האט געשיקט דורך הרה"ח וכו' מהו"ר יוסף שי' ויינבערג, האב איך ערהאלטן און האב דאס איבערגעגעבן צו דער "לשכת חשאין" וועלכעס איר צוועק איז צו העלפען מענשן אדער מוסדות, וואס עס דארף געטאן ווערן אן פרסום, בכדי ניט צו פארשעמען זיי אדער ניט צו שעדיגען זיי, וואס אזעלכע פאלען צדקה, זיינען פון די העכסטע אין מעלת הצדקה.

נ. ב.

איך האב ערשט ערהאלטן נאך אמאל אייער גרוס דורך הרה"ח הוו"ח אי"א נו"מ עוסק בצ"צ וכו' מהו"ר יוסף שי' וויינבערג, און דעם לאנגען בריף אייערען וואס איר האט געשריבן צו אים, און אויף דעם וויל איך אייך אויפמערקזאם מאכען:

...איר שרייבט אז איר זייט באזארגט, ניט זייענדיק זיכער צי האט איר ערפילט דעם וואונש פון מיין שווער כ"ק אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, און די אנווייזונגען וואס ער האט איך זיינער צייט געגעבען ווי צו פירן זיך אין געשעפט, און איר האט אפשר ניט אויסגעפאלגט גענוי, און דערפאר זייט איר חושש, אז דאס פאראורזאכט דעם עגמת נפש ח"ו אין געזונט און געשעפט.

עס איז זיכער איבעריג צו באטאנען, אז מיין שווער כ"ק אדמו"ר האט שטענדיק געוואלט און וויל אויך היינט, נאר מאכען אידן גוט און צופרידען, במילא איז איבערטראכטען און האבען ח"ו עגמת נפש - אפילו ווען דאס איז אזוי ווי איר רעכענט אז איר האט ניט אלעס אויסגעפאלגט ווי ער האט אייך געשריבען - אז דערפער איז מען ח"ו מעניש - באשטראפט מען - איז דאס דער היפך - פארקערט - פון דעם ווי דער שווער כ"ק אדמו"ר האט זיך שטענדיג געפירט און פירט זיך אויך היינט, צו העלפען און גוט מאכען יענעם, אבער בשום אופן ניט אויף מעניש זיין - באשטראפען - חס ושלום.

מיין מיינוג איז דערפאר, אז בלי נדר, עטליכע מאל א וואך זאלט איר לערנען און לייענען דעם שווערס כ"ק אדמו"ר זכרונות און די שיחות - שמועסן - און זיין שטארק אין בטחון, אז אלע ברכות וואס דער שווער כ"ק אדמו"ר האט אייך געגעבען, וועלען געוויס מקויים ווערען, און איר וועט וועלען און קענען פירן אייער הויז בדרך התורה והמצוה נאך מער ווי פריער, און צו געבען צדקה מיט א ברייטער האנט און א פרייליכע הארץ.

בברכת כתיבה וחתימה טובה לשנה טובה ומתוקה לו ולכל ב"ב שי'.