ספריית חב"ד ליובאוויטש

א'קעח

ב"ה, ה' אלול, ה'תיש"א ברוקלין, נ. י.

שלום וברכה!

איך האב ערהאלטן אייער בריוו, אין וועלכן איר שרייבט, אז איר זייט אויסגעהיט געווארן, ת"ל, פון עגמת נפש ביז איצט, און איך האף, לויט מיין בריוו פון י"ג ניסן, אז איר וועט אויך ווייטער ניט האבן קיין היזק ועגמת נפש ח"ו און וועט קאנען אנזאגן גוטע בשורות וועגן דעם.

מיר האט אויך זייער געפרייט צו לייענען אין אייער בריוו, אז איר האט זיך משתדל געווען, אז פון דעם געלט וואס איז געבליבן פון אידישן פאריין זאל איינגעטיילט ווערן א באשטימטער סכום פאר אונזערע ישיבות אין מאראקא. ס'איז שווער צו באשרייבן אין ווערטער דעם גרויסן זכות וואס מען האט דורך אנטייל נעמען אין עבו[דת] החינוך אין מאראקא, בפרט, אז לויט די דארטיקע לעבנס אומשטענדן קען מען מיט

פארהעלטניסמעסיק קליינע סומען אויפטאן גרויסע זאכן. פון דער אנדער זייט איז די אחריות פאר אונזערע ברידער אין מאראקא א פיל גרעסערע, נעמענדיק אין אכט, אז דער גייסטיקער באדן איז דארט צוגעגרייט, און מען דארף ניט קומען און קעמפן פא[ר] דער אידיי פון חינוך הכשר, נאר פארקערט, זיי קומען מאנען, מיט א תביעה נפשית, מ'זאל ארגאניזירן בא זיי א חינוך הכשר און ראטעווען זייערע קינדער; און זיי מאנען, מיט רעכט, פארוואס מ'גיט זיי ניט די פולע מעגליכקייט דערצו.

און פונקט ווי אין צדקה גשמית, איז ווי גרויס עס איז די אחריות פון מצות צדקה אפילו ווען מ'גייט צום ארימאן, על אחת כמה וכמה גרעסער איז די אחריות, ווען דער ארימאן קומט צוגיין און דערציילט זיין לאגע און מאנט כאטש אויף שטום-לשון פארוואס העלפט מען אים ניט ארויס.

על דרך זה ביתר שאת ויתר עז, איז אין צדקה רוחנית, וואס בשעת מ'איז מחי' אן אידיש קינד מיט תורה ומצות, איז דאן ברענגט מען אים ניט נאר לחיי עולם הבא, נאר מען מאכט אים אויך א גליקליך לעבן אין עולם הזה.

מיר האט אויך אינטערעסירט צו לייענען אין אייער בריוו, וועגן מעגליכקייט און נויטיקייט צו ארבעט פאר חינוך הכשר אין האלאנד, און וועגן דרויף ביטע ווענדעט זיך דירעקט צו אונזער לשכה אין פאריז און בא-כוחינו הרה"ג והרה"ח וו"ח אי"א נו"מ עוסק בצרכי ציבור וכו' מוהר"ר בנימין גאראדעצקי שי'. אבער אין משנים מצדקה לצדקה און אין מערבים שמחה בשמחה, במילא די געלט וואס מ'האט באשטימט פאר דער ארבעט אין מאראקא דארף גיין אהין, און איך האף אז איר וועט קענען געפינען גענוג פאראינטערעס[יר]טע מענטשן אויפן ארט צו אנפירן די ארטיקע חינוך ארבעט אן מניעה פון געלט מיטלען. א טייל הכנסה קען מען אויך בויען אויף שכר לימוד, און דער עיקר וואס, ווי איר שרייבט, וועט נאכן ערשטן יאר זיין א מעגליכקייט איינצושליסן די ארבעט אין דעם האלענדישן פאראייניקטן איידישן אפיל.

אזוי ווי ח"י אלול און ערב ראש השנה וועל איך בלי-נדר זיין אויפן ציון פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, איז אויב איר וועט מיר צושיקן די נעמען (צוזאמען מיט מוטערס נעמען) פון זיך און אלע אייערע ב"ב שיחיו, וועל איך זייענדיק אויפן ציון דערמאנען זיי להמצטרך להם.

איך פארענדיק מיט דער וואונש, אז בא אייער פרוי זאל אלץ זיין כשורה און הריון ולידה זאל זיין בעתו ובזמנו ובנקל, און מיט איר צוזאמען מגדל זיין אלע אייערע קינדער לתורה לחופה ולמעשים טובים,

בברכת כתיבה וחתימה טובה לשנה טובה ומתוקה.

בייגעלעגט איז אויסצוג פון דער שיחה פון שבת מברכים ר"ח אלול, וואס איר וועט זיכער אויסניצן אויפן פאסנדן אופן.