ספריית חב"ד ליובאוויטש

א'קפח

ב"ה, י"ב אלול, תשי"א ברוקלין.

הוו"ח אי"א נו"נ עוסקי בצ"צ באמונה מנהלי

ישיבת אחי תמימים ליובאוויטש

בדארטשעסטער-באסטאן, ד' עליהם יחיו

שלום וברכה!

מיט גרויס צופרידענהייט האב איך ערהאלטען אייער בריף, אז נעקסטע וואך גייט מען פייערן דעם חנוכת הבית, וועלכע טרעפט צוזאמען מיטן אנהויב זמן הלימוד פון ישיבה.

איך וויל דערביי אויסדריקן מיין ברכה צו די אלע מיטגלידער פון דער הנהלה ווי אויך צו די ראשי ישיבה ומורים ווי אויך צו די אלע וועלכע האבען געהאלפען און העלפען בגשמיות וברוחניות, אז השם יתברך זאל זיי אלעמען באגליקען אין אלע זייערע ענינים הפרטיים והכלליים.

עס איז באוואוסט דער ווארט פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע וועלכען ער פלעגט אפט זאגען, געבויט אויפן גרונט פון מרז"ל אז הקב"ה גיט שכר מדה כנגד מדה, איז במילא די אלע וואס ארבעטען אויף צו מאכען נעהענטער אידן לאבינו שבשמים, וואס אלע אידן ווערן אנגערופען זיינע קינדער גיט זיי דער אויבערשטער ברוך הוא כמה פעמים ככה אז זיי זאלן האבן פיל נחת אידישן נחת פון זייערע אייגענע קינדער, פון זייערע בני בית און פון זיך אליין.

די זאך פון חנוכת הבית איז, וואס אין שטוב געפינט זיך דער מענטש מיט אלע זיינע זאכען און אלע אייגענשאפטען וואס די שטוב נעמט ארום הן די חיצוניות און הן די פנימיות, און די שטוב דארף אים באשיצען פון פארשידענע זאכען וועלכע קענען ח"ו אים שאדען-טאן. נאך אין א גרעסערער מאס איז דאס ריכטיג בנוגע צו א ישיבה, וואס זיכער איז אז א ישיבה און בפרט א ליובאוויטשער ישיבה, איז ניט נאר אויף אויסלערנען די תלמידים און תלמידות א פרטיות'דיקן לימוד, נאר איבערהויפט צו מגדל זיין זיי פאר גאנצע אידען אין אלע זייערע ענינים, און אויך צו באשיצען זיי פון פערשידענע ווינטען וועלכע בלאזען פון אלע מאל אן אין דער וועלט, און היינט נאך מיט מער שטארקייט און בייזקייט, און ווילען אפרייסען - היל"ת - אידישע קינדער פון זייער מקור, וואס דאס איז תורה און מצות, וועלכע פארבינדען אונז מיט הקדוש ברוך הוא.

איך בין זיכער, אויפן גרונד פון די ברכות וואס כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע האט געבענטשט די ישיבה אחי תמימים ליובאוויטש אין דארטשעסטער-באסטאן, אז זי וועט גיין אויף דעם אויבענדערמאנטען וועג, צו מגדל זיין תלמידים ותלמידות צו זיין גאנצע אידן, סיי זייענדיג אין שטוב און סיי גייענדיק אין גאס, סיי זייענדיק אין דער ישיבה און סיי ארויסגייענדיק פון דער ישיבה. איך וויל אויך דערביי מוסיף זיין מיין ברכה, אז השי"ת זאל אייך העלפען אז די צאל תלמידים ותלמידות זאל ווערן מער און מער, אז אין גיכען זאלט איר קענען זאגען, אז דער פלאץ איז ניט גענוגענד און עס פאדערט זיך א נאך גרעסערער בנין ווי דער איצטיגער.

איך פארענדיק מיט דער ברכה, א כתיבה וחתימה טובה לשנה טובה ומתוקה צו די אלע וואס ארבעטען מיט דעם מוסד הק' און זיינע פריינד, בגשמיות וברוחניות גם יחד.

א'קפח

חנוכת הבית: ראה לעיל אגרת א'כה.