ספריית חב"ד ליובאוויטש

א'ריג

ב"ה,

בטח תהי' ההשתדלות ללמוד את המאמרים בדבוק חברים, כי אם הפליגו חז"ל1 במעלת הלימוד שלא ביחידות בכל זמן, הנה על אחת כמה וכמה בימים שלפני ר"ה, בר"ה ועשי"ת - שיש מעלה מיוחדת בדבוק חברים,

וכמבואר בתורת החסידות עה"פ אתם 2נצבים היום כולכם, אשר פרשה זו קורין לעולם קודם ראש השנה, ומרומז במלת היום דקאי על ר"ה, שכל ניצוצי נשמות נצבים ומתעלים במקורם עד לפני הוי', וצריך להיות כולכם שכולם מתאספים יחד להיות לאחדים כאחד: ראשיכם, שבטיכם, גו' עד שואב מימיך.

ומסיים 3בזה כ"ק מו"ח אדמו"ר - ששמע מהוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק וואס ער האט געהאט בקבלה מרבי לרבי, אז דער אלטער רבי, ווען ער איז געווען אין מעזריטש, האט אים רבו - המגיד ממעזריטש - מגלה געווען ווער ער איז.. און אז עבודתו איז מגלה און מבאר זיין את תורת הבעש"ט אין אהבת השם און אהבת ישראל, און מגלה זיין דעם דרך החסידות חב"ד, און, לכל לראש - גיט אים איבער מורו המגיד ממעזריטש בשם מורו הבעש"ט - איז דער דרך העבודה אז מען דארף מקרב זיין אויך אנשים פשוטים, ווייל מען דארף ליב האבן א אידן ווייל ער איז א איד.

ומוסיף ביאור 4בזה, אשר דער בעש"ט האט מגלה געווען דעם ענין פון דער התקשרות אהבת השם, אהבת התורה ואהבת ישראל. דער מעזריטשער מגיד האט מגלה געווען די השכלה והשגה אין דער התחברות פון די דריי אהבות מיט דעם ביאור פנימי פון די דריי אופני אהבה בכל לבבך ובכל נפשך ובכל מאדך, און רבנו הזקן האט מגלה געווען דעם דרך ווי יעדער איינער, קען, דארף און מוז בריינגען אט די ג' אהבות אין א בפועל, זאגענדיק אז אהבת ישראל איז דער שער העלי', וואס אויף דעם שער איז אנגעשריבן מיט ליכטיקע אותיות "דא תרעא לאעלאה".

ועל ידי זה אשר נצבים אנו כולנו כאחד - הוי' אלקינו מקיים אותנו היום, דא יומא דראש השנה, לו לעם והוא יהי' לנו לאלקים, עתיד להאיר לנו באור עולם ויגאלנו5 בגאולה האמיתית ושלמה במהרה בימינו ממש.

מנחם מענדל בן חנה

שניאורסאהן

יום שלישי דסליחות, תיש"א ברוקלין, נ. י.

א'ריג

נדפסה בסה"מ תש"ט ע' 2. 4) שיחת ל"ג בעומר ה'תש"ח. 5) תנחומא ר"פ נצבים. אחד מהדברים - וידוע: אבות פ"ו מ"ו. ובמדרש שמואל שם.