ספריית חב"ד ליובאוויטש

א'רטז

ב"ה, ג' דסליחות, ה'תיש"א ברוקלין, נ. י.

צו בני ובנות ישראל, איבעראל, ה' עליהם יחיו

שלום רב וברכה מרובה!

אין די טעג ווען מיר שטייען אויפן שייד-וועג צווישן דעם אלטן און דעם נייען יאר, הבא עלינו ועל כל בני ובנות ישראל לטובה ולברכה, אין די טעג פון גייסטיקער אויפלעבונג און חשבון,

שאפט זיך בא יעדן איינעם דער באשלוס, אז דער צוק[ו]נפטיקער יאר זאל זיין א בעסערער און מער געהויבענער - אין טאג-טעגליכן לעבן און ממשות'דיקע אויפטואונגען פאר זיך און פאר דעם צווייטן.

אויב אלע יאר איז דאס אזוי - איז היינטיקס יאר פון באזונערער באדייטונג, ווארום דער קומענדיקער יאר תשי"ב - איז דער יאר פון שמיטה.

דער יאר פון שמיטה איז, אין מאנכע באציאונגען, א ספעציעלער. ענליך ווי שבת איז דער הייליקער טאג אין די זיבן טעג פון דער וואך, אזוי איז דער יאר פון שמיטה דער הייליקער יאר אין דעם זיבן-יאר-גאנג. די תורה גיט א באזונדערער פראגראם דעם שמיטה יאר: ושבתה הארץ - די ערד דארף רוען, שבת להוי' - א רו געהייליקט צו ג-ט.

דאס אלץ אין מאטעריעלן, פיזישן זין.

אין א טיפערן, גייסטיקן זין, מיינט דאס, אז דער יאר דארף דערמאנען אויף: ושבתה הארץ - אפרייסן זיך פון "ערדישקייט" און גראבקייט; ווערן רוחניות'דיקער.

שבת להוי' - אפטרייסלען זיך פון די פאלשע אידעאלן און כלומר'שטע רוחניות, וועלכע פירן, סוף סוף, צו נאך נידעריקערע מעשים און גראבקייט, און הויבן זיך צו אמת'ער איידלקייט און רוחניות דורך תורה און מצות געגעבן פון ג-ט. און די איידלקייט און רוחניות דארף דורכדרינגען דעם לעבן אין אלע פרטים, אויך אין עסן, טרינקען, האנדל, אא"וו. אפילו זאכן, וועלכע זיינען פארבונדן מיט פיזישן און מאטעריעלן טאג-טעגליכן לעבן דארפן אויך זיין אנגעפילט מיט דער ליכט פון ג-טליכקייט.

דורכגעדרונגען פון דעם געדאנק פון א שבת און א שמיטה אין אונזער טאג-טעגליכן לעבן, און ענטשלאסן צו האלטן זיך בא דעם וועג פון תורה און מצוות מיט מסירת נפש, וואס אונזער פאלק האט זיך אויסדערוויילט און אויסגעטראטן שוין איבער דריי טויזנט יאר, וועלן מיר זיכער זוכה זיין צו א כתיבה וחתימה טובה, לשנה טובה ומתוקה בטוב הנראה והנגלה.

המברך ומתברך בכתיבה וחתימה טובה,

מנחם מענדל בן חנה

שניאורסאהן

א'רטז

נדפסה בלקו"ש ח"ט ע' 406.