ספריית חב"ד ליובאוויטש

א'ריז

ב"ה, ג' דסליחות, ה'תיש"א ברוקלין, נ. י.

צו די חשובע פרעזידענטן, גבאים, מתפללים

און חברים פון די בתי כנסיות "נוסח אר"י"

"צמח צדק" ו"ליובאוויטש", די בכל אתר

ואתר, ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

צום נייען יאר הבא עלינו ועל כל בני ובנות ישראל לטובה ולברכה, שיק איך אייך מיין ברכה לשנה טובה ומתוקה בגשמיות וברוחניות.

אונזערע חכמים זכרונם לברכה זאגן, אז א נאמען האט א וויכטיקע אינערליכע באדייטונג. דער נאמען "נוסח אר"י", אדער "צמח צדק", אדער "ליובאוויטש" אד"ג וואס א שול טראגט, האט א גרויסע פנימיות'דיקע באדייטונג און אויפגאבע.

אייערע זיידעס און עלטער זיידעס האבן זיך מוסר נפש געווען אויף צו האלטן הויך און טייער דעם חסידישן נאמען, וואס זיי האבן געטראגן מיט גרויס אחריות און שטאלץ.

איר, זייערע קינדער און אייניקלעך, וועט זיכער אויך וויסן ווי אפצושאצן די גרויסע אחריות וואס ליגט אויף אייך, צו היטן און פאראייביקן די גרויסע מסורת אבות און ירושה וואס זיי האבן איבערגעלאזן אין אייערע הענט.

דעריבער ווענד איך זיך צו אייך אין די דאזיקע טעג פון גייסטיקער אויפלעבונג און אויפוואכונג: באפעסטיקט די יסודות פון אייער שול, סיי אין כמות - צו פארגרעסערן די צאל חברים און מתפללים, ספעציעל צווישן דער יוגנט; סיי אין רוחניות - דורך שיעורים אין לערנען תורה און חסידות: חומש, משניות, גמרא, עין יעקב, שלחן ערוך, תניא, מאמרים, וכו', מיט א חסידישן פארברענגען פון צייט צו צייט, אזוי אז אייער שול זאל זיין לעבעדיק, ווארים און ליכטיק.

זיכער וועט איר ניט דורכלאזן די גוטע און פאסנדע צייט פון די קומענדיקע הייליקע טעג צו שאפן אן אויפלעבונג אין אייער שול אין די אויבנדערמאנטע זאכן. איך האף, אז איר וועט פאררופן, אויב נויטיק, א ספעציעלען מיטינג דורכצופירן עס בפועל ממש, און דער אויבערשטער וועט אייך זיכער מצליח זיין. עס וועט מיר פרייען צו הערן גוטע בשורות וועגן דעם. און לויט דעם ווארט פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע:

עס איז א חזקה, אז אן ערנסטע ארבעט גייט ניט פארפאלן.

בברכת כתיבה וחתימה טובה צו יעדן איינעם פון די מתפללים וחברים, הוא ואת ביתו, זרעו וזרע זרעו יחיו, בתוך כלל אחינו בני ישראל, לשנה טובה ומתוקה.

מ. שניאורסאהן

א'ריז

נדפסה בלקו"ש חט"ז ע' 611.