ספריית חב"ד ליובאוויטש

א'ריח

ב"ה, כ"ט אלול, תיש"א ברוקלין.

שלום וברכה!

מיט פארגעניגען האב איך ערהאלטען אייער בריף פון ד' אלול, און עס האט מיר געפרייט צו לייענען אין אים, אז איר זעצט פאר אייער ארבעט אין דער עסקנ[ו]ת צבורית צו העלפן פרומע אידן בכלל און אויך אנ"ש און די ענינים פון דער ישיבה בפרט, און עס איז זיכער, אז ניט נאר וועט דאס ניט שטערן צו דער הצלחה אין אייערע געשעפטען, נאר אדרבה דאס וועט זיין א סיבה און כלי צו אויסברייטערען די כלים פון פרנסה אין וועלכע השי"ת וועט אייך געבען פון היינט אן און ווייטער מידו המלאה הפתוחה הקדושה והרחבה.

געוויס האט איר געהערט פון דעם אויסשפראך וואס מיין שווער כ"ק אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, פלעגט שטענדיג זאגען, אז די אלע וועלכע העלפען אין חינוך הכשר פון אידישע קינדער, וועלכע ווערן אנגערופען בנים אתם לה' אלקיכם, גיט זיי השי"ת מדה כנגד מדה, אז זיי זאלן האבען אמת'ן נחת, אידישן נחת, פון זייערע קינדער, און אויך אין דעם פאל איז זיכער, אז עס וועט זיין אזוי, אז איר צוזאמען מיט אייער פרוי תחי' וועט האבען נחת אידישן נחת, פון אייער טאכטער תחי'.

ווען איך בין געווען אויפן ציון פון מיין שווער כ"ק אדמו"ר ח"י אלול, וועלכער איז דער געבור[ט]סט טאג פון מורנו הבעש"ט און פון כ"ק אדמו"ר הזקן בעל השו"ע והתניא, האב איך מזכיר געווען אייך און אייער פאמיליע שיחיו צו וואס יעדערער פון אייך באדארף, און געוויס וועט ער מעורר זיין רחמים למעלה, אז איר זאלט האבען ברכה והצלחה.

עס האט מיך געפרייט צו באקענען זיך מיט אייער טאכטער תחי' - ווען זי איז געווען בא מיר אויף איר דורכרייזע צו לאנדאן - וועלכע האט געמאכט א גוטען איינדרוק אויף מיר, וואס דאס פארשטארקט מיין בטחון, ווי איך שרייב אייך, אז איר וועט האבען פון איר אידישן נחת.

בנוגע צו דעם עגמת נפש פון דעם שותף דער ניט איד, איז מיין מיינוג, אז איר דארפט אריינטראכטען, אפשר האט איר גורם געווען, בשוגג אדער באונס, עגמת נפש צו אידן דורך אדער אין דעם געשעפט, און ווען איר וועט דאס מתקן זיין, וועט זיכער אפגעטאן ווערען פון אייך דער עגמת נפש פון ניט אידען.

ולקראת השנה החדשה הבאה עלינו ועל כל ישראל לטובה ולברכה הנני בזה להביע ברכתי ברכת כתיבה וחתימה טובה לו ולב"ב שיחיו, לשנה טובה ומתוקה בגשמיות וברוחניות גם יחד.

בברכה.

נ"ב. בייגעלייגט איז דא א מעסעדזש אין ענגליש, און אויך א מכתב כללי צו ר"ה, וועלכעס וועט אייך געוויס אינטערעסירען.