ספריית חב"ד ליובאוויטש

תשעא

ב"ה, ו' תשרי, ה' תשי"א

הוו"ח אי"א וכו' מו"ה שמעון שי'

שלום וברכה!

איך בין געווען צופרידן צו הערן פון אייך א גרוס דורך ידידנו וו"ח אי"א וכו' מו"ה אברהם חיים שי', בלאק. באזונדערס צופרידן בין איך געווען צו הערן אז עס איז אייך געלונגען אויסצופירן אז נטילת ידים זאל זיין ווי עס דארף צו זיין. מען זעט דא ווידער ווי ריכטיק עס זיינען די ווערטער פון כ"ק מו"ח אדמו"ר הכ"מ אז "חזקה לתעמולה שאינה חוזרת ריקם" - אז ווען א איד וויל מיט אן אמת, העלפט אים דער אויבערשטער אז דער רצון זאל זיך אויספירן.

איך רעכן אז דאס וועט אייך געבן כח און ערמוטיקונג אויך וויטער אויסצוניצן יעדע געלעגענהייט צו טאן פאר אידישקייט, וואס בשעת מען טוט אוף מיט יענעם איז דאס א כלי אויף ברכה והצלחה אין די זאכן וואס עס פעלט זיך אליין, ווארום דער אויבערשטער בלייבט ניט א בעל - חוב און באצאלט פיל מאל מערער בכל המצטרך.

עס וועט מיר פרייען צו הערן פון אייך, פון צייט צו צייט, גוטע נייעס סיי בגשמיות און סיי ברוחניות.

בברכת חתימה וגמר חתימה טובה לו ולכל בני ביתו שיחיו,

מנחם שניאורסאהן

תשעא

מו"ה שמעון: שוקין.