ספריית חב"ד ליובאוויטש

תשעה

ב"ה, ז, תשרי, ה' תשי"א

מרת שרה תחי' ומרת לאה תחי'

ברכה ושלום !

איך האב באקומען אייער בריוו פון 5'טן סעפטעמבער, און צום נייען יאר ווינש איך אייך און אלע אייערע א חתימה וגמר חתימה טובה אין אלעס וואס יעדערער דארף האבן.

זיכער וויסט איר פון דעם אידישן אויסדרוק אז די פרוי ווערט אנגערופן "עקרת הבית", דערפאר וואס זי איז דער עיקר אין שטוב, ווארום דורך איר ווילן און פירונג הענגט אפ דער ווילן און די פירונג פון איר מאן און קינדער. דערפון לערנען מיר צוויי זאכן: ערשטנס, ווי גרויס עס איז די אחריות וואס דער אויבערשטער האט ארויפגעלייגט אויף דער פרוי, און צווייטנס, וויבאלד דער אויבערשטער האט ארויפגעלייגט אזא אחריות אויף דער אידישער פרוי האט ער איר זיכער געגעבן די כוחות צו קענען אויספירן איר שליחות אויפן בעסטן אופן.

די באדייטונג פון ראש השנה איז די "קאפ פון יאר", איז פונקט ווי אז די קאפ וויל קען דאס דורכגעפירט ווערן מיטן קערפער, אזוי ווערן די גוטע רעזאלושאנס פון די בני ובנות ישראל אין די יעצטיקע טעג זיך צו דערנעענטערן צום רבונו של עולם דורך תורה ומצוות דורכגעפירט בפועל אין די טעג פון א גאנץ יאר, וואס דאס איז די סגולה צו געזונט און פרנסה און הצלחה אין אלע ענינים.

בברכת חתימה וגמר חתימה טובה אייך און אלע אייערע שיחיו,,

מנחם שניאורסאהן

תשעה

מרת.. תחי': מושקוביץ. 1) ב"ח לטור או"ח ר"ס תרכ"ה. מג"א שם. והובאו בשו"ע רבינו הזקן. - בב"ח שם כותב שבדוגמת זה הן ג"כ מצות ציצית ותפילין. אבל - בהם נאמר רק זכרון, משא"כ בסוכה שכתבה תורה למען ידעו. ובדרז"ל (סוכה ב, א) עד עשרים אמה אדם יודע כו'. 2) ראה תניא פמ"ב. תו"א ר"פ משפטים. תו"ח שם. ובארוכה בהמשך ר"ה עת"ר ד"ה ואני נתתי ואילך. 3) כי הוי לי' לומר בסוכות הושבתי את בנ"י במדבר, ולמה תלה זה ביצי"מ (ב"י או"ח סתרכ"ה).