ספריית חב"ד ליובאוויטש

תשעז

ב"ה, ז' תשרי, ה'תשי"א

שלום וברכה!

...איך וויל אייך מעורר זיין, אז עס דארף זיין עינו טובה בשל אחרים, ובפרט אין אייגענע קינדער. האף איך אז איר שטייט אין פארבינדונג מיט זיי און ניצט אויס אייער השפעה אויף זיי ניט נאר אין ענינים פון צדקה נאר אויך מקרב זיין זיי צו תורה ומצוות, יעדערן אויף דעם אופן וואס איז פאר אים בעסט צוגעפאסט, און מיט ווערטער וועלכע קענען אמבעסטן ווירקן. און אויב אהבת האב אל הבן דריקט זיך אויס אין ענינים וועלכע זיינען פארבונדן מיטן גוף, על אחת כמה וכמה אז זי דארף זיך אויסדריקן אין ענינים וועלכע זיינען פארבונדן מיט דער נשמה, וואס דאס איז נוגע סיי אין עולם הזה און סיי אין עולם הבא.

בברכת כתיבה וחתימה טובה,

מנחם שניאורסאהן