ספריית חב"ד ליובאוויטש

תתז

ב"ה, כ"ז מרחשון, ה'תשי"א

ברוקלין

שלום וברכה !

ידידינו הרבנים הנכבדים הרה"ג והרה"ח וו"ח אי"א עוסקים בצרכי ציבור באמונה וכו' מוהר"ש שי' לויטין ומוהר"א שי' סימפסאן האבן מיר איבערגעגעבן א גרוס פון אייך און אייער פאמיליע שיחיו.

וויל איך אייך שיקן מיין ואונש אז אייער זון הב'....שי' וועלכער איז געגאנגען דינען זאל זיך אומקערן אהיים געזונט און שטארק. דערביי וויל איך אייך בעטן איבערגעבן אייער זון שי' אז ער זאל זיין אפגעהיט אין לייגן תפילין אלע טאג (אויסער שבת און יום טוב) וואס דאס איז א שמירה אויסצוהיטן פון סכנה. איך שיק דא אויך צוויי מעסעדזשן איבערצושיקן אייער זון שי' מיט מיינע בעסטע וואונשן. איר קענט אים אויך געבן דעם אדרעס אויב ער וועט וועל ן זיך דרוכשרייבן מיט אונזער אפיס און באקומען פון צייט צו צייט פאסנדע און באלערנדע ליטעראטור צום לייענען...

בברכה,

מנחם שניאורסאהן