ספריית חב"ד ליובאוויטש

תתח

ב"ה, כ"ז מרחשוון ה'תשי"א ברוקלין

שלום וברכה!

איך בין געווען צופרידן צו הערן א גרוס פון אייך דורך ידידינו הרבנים הנכבדים הרה"ג הרה"ח א"ח אי"א עוסקים בצרכי ציבור באמונה וכו' מוהר"ש שי' לויטין ומוהר"א שי' סימפסאן. זיי האבן דערציילט ווי אין אייער שטוב איז קענטיק דער חינוך וואס איר האט באקומען פון אייער פאטער ע"ה, וועלכער איז געווען פון די אלטע ליובאוויטשער חסידים.

דער גוטער גרוס באשטעטיקט דאס וואס מען זעט כסדר אין לעבן ווי ריכטיק עס איז דער מאמר חז"ל זרוק חוטרא לאוירא על עקרי' קאי - ווען מען ווארפט א שטעקל אין דער לופטן פאלט ער צוריק אויף זיין ווארצל.

די טיפערע מיינונג דערפון איז: א בוים וואקסט זיך פאנאנדער, און סיי דער גזע (דער בוים אליין) סיי די צווייגן גייען אלץ וויטער אוועק פון שורש, בפרט ווען מצד כמה סיבות דוכט זיך אויס אז א צווייגעלע איז אפגעשניטן געווארן, ח"ו, און איז געווארן א טרוקענער שטעקל פאר זיך, און מ'קען מיינען, אז ער האט שוין גאר קיין פארבינדונג ניט מיט זיין שורש, אבער באמת גייט א איד קיינמאל ניט אוועק פון זיין שורש, והראי' אפילו דער טרוקענער שטעקל פאלט אויך צום שורש. מען דארף נאר האבן דעם פאסנדן מענטשן וועלכער זאל מיט פאסנדע אותיות דערמאנען וועגן שורש.

עס האט מיר געפרייט וואס אין אייער משפחה דארף מען ניט האבן די דערמאנונג פון דרויסן, ווארום בא אייך ברענט די ליכט און ווארימקייט פון חסידים וואס איר האט בירושה פון אייערע עלטערן. איך האף אז די דאזיקע ליכט און ווארימקייט וועלן זיך נאך פארשטארקן און וועלן באקומען זייער אמת'ן אויסדרוק אין ענינים פון תורה און מצוות.

עס איז דא א ווארט פון כ"ק מו"ח אדמו"ר הכ"מ, אז דער אויבערשטער בלייבט ניט קיין בעל חוב, ווינש איך אייך אז בזכות זה וואס איר וועט אנטייל נעמען אין פארשידענע צדקות ובפרט אין די וועלכע זיינען פארבונדן מיט די מוסדות פון כ"ק מו"ח אדמו"ר הכ"מ, זאל השי"ת דערפרייען אייערע הערצער בפרט [לזרעא חייא וקיימא] און זאל ממלא זיין משאלות לבם לטובה בגשמיות וברוחניות.

איך וואלט פארגעלייגט אז אייער פרוי מרת... תחי' זאל אלע ערב שבת ויום טוב פאר ליכט בענטשן אריינווארפן צדקה אין פושקע פון ר' מאיר בעל הנס, און איר אליין זאלט בשעת הנחת תפלין דערמאנען זיך אז איר זייט פארבונדן מיט כ"ק מו"ח אדמו"ר הכ"מ, וואס דאס וועט זיין דער צינור דורך וועלכן עס וועט מקויים ווערן די ברכה [לזרעא חייא וקיימא].

בברכה,

מנחם שניאורסאהן