ספריית חב"ד ליובאוויטש

תתכח

ב"ה, י"ז כסלו, ה'תשי"א ברוקלין

ברכה ושלום!

אייער בריוו פון כ"ז חשון האב איך באצייטנס באקומען. צוליב די פיל ארבעט וואס איך האב, האב איך ניט געהאט די מעגליכקייט צו ענטפערן אויף אייער בריוו ביז איצט.

איר פרעגט אין אייער בריוו, אז אזוי ווי איר האט צוויי קינדער זאלן געזונט זיין און דער דאקטאר ראט אייך צו נוצן געבורט קאנטראל, ווילט איר ווייסן מיין מיינונג אין דעם.

זיכער ווייסט איר אז בכלל איז געבורט קאנטראל ניט אין איינקלאנג מיט השקפת התורה, וועלכע קוקט אויף קינדער ווי א ברכה פון אויבערשטן, מיט וועלכע דער אויבערשטער בענטשט די עלטערן. אויך האלט די תורה, אז בא אידן זיינען ניטא קיין פריוואטע אנגעלעגנהייטן, ווארום יעדער איד איז א טייל פון דעם גאנצן אידישן פאלק, און אלע "פריוואטע" ענינים פון יעדן אידן האבן א ווירקונג אויף דעם גאנצן אידישן פאלק. בפרט איז דאס בנוגע היינטיקע צייטן, נאך די גזירות און שמדות ר"ל דורך וועלכע אזויפיל מיליאנען אידן זיינען אומגעקומען על קידוש השם.

פונדעסטוועגן, אין פאל ווען דאס איז נוגע דעם געזונט פון א אידן, מאן, פרוי אדער קינד, וואס דער געזונט פון א אידן, לויט דעם אויסדרוק פון רמב"ם איז מדרכי עבודת השם יתברך, איז אין באשטימטע פאלן אנערקענט די תורה באשטימטע פארמען פון געבורט קאנטראל.

אין דרויף איז אבער שווער ארויסצוגעבן אן אלגעמיינע אנווייזונג, ווארום דאס הענגט אפ פון דער פארם פון שעדליכקייט וואס דאס געבורט קאן בריינגען דער מוטער, ווי אויך פון דעם פארם ווי אזוי דער קאנטראל ווערט געמאכט.

דערפאר וואלט איך אייך געראטן, אז נאכדעם ווי איר וועט זיך דורכריידן נאכאמאל מיט אייער דאקטאר און ער וועט אייך אנווייזן וואס פאר א פארם געבורט קאנטראל ער האט אין זינען, זאלט איר זיך ווענדן צו א חסידיש ארטאדאקסישן רב און הערן זיין מיינונג.

דער אויבערשטער זאל אייך פירן אין דעם ריכטיקן וועג איר זאלט זיין פאלקאם געזונט, האבן פיל נחת פון אייערע קינדער שיחיו צוזאמען מיט אייער מאן הרב שי'.

בברכה,

מנחם שניאורסאהן