ספריית חב"ד ליובאוויטש

תתלג

ב"ה, י"ט כסלו, חג גאולתנו ופדות נפשנו, ה'תשי"א ברוקלין

הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצרכי ציבור באמונה

וכו' מו"ה משה זלמן שי'

שלום וברכה!

איך האב באקומען אייער בריוו פון ערב ראש חדש כסלו וואו איר זייט מודיע אז י"ט כסלו דארף פארקומען די חתונה פון אייער אייניקל מרת אסתר תחי'.

נוסף אויף דער טעלעגראמע וואס איך האב אייך געשיקט, וויל איך דא נאכאמאל אויסדריקן מיין ברכה בכתב, מזל טוב מזל טוב, עס זאל זיין בשעה טובה ומוצלחת בבנין עדי עד ובדור ישרים יבורך, און איר און די עלטערן פון דער כלה און די גאנצע משפחה זאלן האבן פיל נחת, אידישן נחת און חסידישן נחת.

כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע הכ"מ האט אמאל געזאגט אין א פארבריינגען, אז די שלימות פון א מענטשן ווערט דערגרייכט אין דור שלישי - בא די אייניקלעך, און דאס איז באזירט אויף דעם פסוק חוט המשולש לא במהרה ינתק, און מאמר רז"ל, אז ווען די תורה האלט זיך דריי דורות קען מען דאן זאגן לא ימושו מפיך.

ניט קענענדיק פערזענליך אייער אייניקל קען איך אבער אורטיילן פון אייערע בריוו און פון די באריכטן וואס איך באקום פון אויסטראליע וועגן אייער ארבעט און ארט לעבן פון אייך און אייער משפחה שיחיו, אז האפנדיק קען מען אין אייער פאל אויך זאגן דעם פסוק און מאמר רז"ל אויבנדערמאנט, וואס דאס ברענגט די השלמה אין אייך אליין אז איר האט ב"ה אויפגעהאדעוועט אייערע קינדער אין אידישן דרך און ניט נאר אייערע קינדער, נאר דאס זייער ערציאונג איז געווען אזא וואס זיי האבן אויך זייערע קינדער שי' אויפגעהאדעוועט אין אידישן דרך.

ספעציעל איז דאס ווערטפול בזמן הגלות, בפרט אין די איצטיקע יארן, ווען דער חושך איז אזוי געדיכט, און נאך מער אין א מדינה וואס איז אזויפיל יארן געווען ווייט פון די צענטערן פון תורה. אונטער אזעלכע אומשטענדן דרוכצופירן דאס וואס א איד דארף דורכפירן, איז פארבונדן מיט מסירות נפש, וואס מ'האט בירושה פון עלטערן און עלטערענס עלטערן.

איך בין זיכער, אז איר און אייערע קינדער און די גאנצע משפחה שי' וועלן אויך ווייטער אנגיין מיט אייער ארבעט צו העלפן מאכן אויסטראליע פאר א מקום תורה און חסידות, דורך ישיבות און מוסדות חינוך כשרים בכלל, סיי פאר אינגלעך און סיי פאר מיידלעך, און דאס די גאנצע ארבעט וועט זיין דורכגעזאפט מיט חסידישע ליכטיקייט און ווארימקייט.

איך פארענדיק מיט דער ברכה אז ראש השנה לתורת החסידות ודרכי החסידות זאל בריינגען אייך און דער גאנצער פאמיליע א כתיבה וחתימה טובה בלימוד החסידות ודרכי החסידות, וואס בדרך ממילא וועט דאס אייך אויך בריינגען ברכה והצלחה ווי דער רבי כ"ק מו"ח אדמו"ר הכ"מ פארענדיקט אין זיין בריוו - "בכל הדרוש לכם בגשם וברוח".

בברכת מז"ט,

מנחם שניאורסאהן

תתלג

מו"ה משה זלמן: פייגלין.