ספריית חב"ד ליובאוויטש

תתמא

ב"ה, ז' דחנוכה, ה'תשי"א ברוקלין

הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצרכי ציבור וכו'

הר"מ שי' וועקסלער

שלום וברכה!

עס האט מיר געפרייט צו הערן וועגן דער פארשטייענדער קאנפערענץ בא אייך אין דער היים דעם קומענדיקן מיטוואך מיט דער באטייליקונג פון מר בען שי' פלעט און אנדערע חשובע בעלי-בתים, כדי צו שאפן א באזיס פאר א ממשות'דיקע הילף פאר דעם "מרכז לעניני חינוך".

שוין צען יאר ווי דער "מרכז לעניני חינוך" פירט אן זיין ברייט פארצווייגטע חינוך ארבעט דא אין לאנד און כמעט אין אלע ווינקעלעך פון דער וועלט. די דאזיקע לעבנסוויכטיקע ארבעט ווערט אנגעפירט אן שטורמישע קאמפיינס, ווייל זי האט די מיטהילף פון פאראנטווארטליכע פערזענליכקייטן וועלכע ווייסן ווי אפצושאצן די ארבעט. כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע הכ"מ האט פערזענליך געזארגט פאר א גרויסע טייל פון דעם בודזשעט פון "מרכז לעניני חינוך".

אבער נאך דער הסתלקות פון כ"ק מו"ח אדמו"ר הכ"מ האט זיך געשאפן א קריטישע לאגע וואס באדר[א]ט דאס גאנצע עקזיסטענץ פון מרכז לעניני חינוך. פון דער אנדער זייט אבער, וויסנדיק דעם רצון פון כ"ק מו"ח אדמו"ר הכ"מ, ווערט די ארבעט פארגעזעצט אין איר גאנצן פארנעם. די אומשטענדן האבן אויך געפאדערט אויסצוברייטערן די ארבעט אין צפון אפריקא, וואו מיר האבן געגרינדעט א ריי חינוך מוסדות פאר קינדער און יוגנטליכע, אויפן נאמען פון דעם גרויסן גרינדער - "אהלי יוסף יצחק".

עס איז אוממעגלעך צו באשרייבן דעם גרויסן זכות פון באטייליקן זיך אין דער הייליקער ארבעט צו ליכטיק צו מאכן אידישע הערצער און אידישע הייזער מיט דער ליכטיקייט און ווארימקייט פון אונזער תורה הקדושה און מצוות, און דער יום-טוב חנוכה וואס מיר פייערן איצט דארף אונז זיכער אינספירירן צו מעשים בפועל. די לאגע איז זייער קריטיש, די צייט איז זייער קורץ. מיר האפן, אז די קאנפערענץ וועט בריינגען גוטע און באדייטנדע רעזולטאטען בפועל ממש. און איך האף צו הערן פון אייך גוטע בשורות.

אזוי ווי כ"ק מו"ח אדמו"ר הכ"מ פירט אויך ווייטער אן מיט דעם מוסד וועט ער זיכער שיקן זיין ברכה צו אייך און אייער משפחה שי' און אלע וועלכע באטייליקן זיך מיט אייך אין דער וויכטיקער אונטערנעמונג לטובת דעם "מרכז לעניני חינוך" השי"ת זאל אייך באגליקן אין אייערע אונטערנעמונגען, פערזענליכע און לטובת הכלל ובפרט לטובת דעם "מרכז לעניני חינוך" און בענטשן מיט געזונד און פרנסה מתוך הרחבה.

בברכת חנוכה,

מנחם שניאורסאהן

תתמא

ראה אגרת שלפנ"ז. לקמן תתמד.