ספריית חב"ד ליובאוויטש

תתקז

ב"ה, ב' אדר ראשון, ה'תשי"א ברוקלין

שלום וברכה!

...זיכער געדיינקט איר, און איך וויל דא אונטערשטרייכן, אז איר זאלט אויך מקיים זיין, דאס וואס כ"ק מו"ח אדמו"ר האט אייך געזאגט און איבערגע'חזרט, אז מ'דארף שטענדיק זיין בשמחה.

געוויס געדיינקט איר אויך אונזער געשפרעך, אז די וועלט איז ניט ח"ו הפקר, נאר אזוי ווי דער אויבערשטער האט זי באשאפן, אזוי פירט ער זי אן אויך איצט, בכל עת ובכל שעה; קיין זאך טוט זיך ניט אן השגחה פרטית. דאס איז אמונה פשוטה פון אלע אידן, מאמינים בני מאמינים.

אויך גלויבן אלע, אז דער אויבערשטער איז תכלית הטוב, במילא איז זיכער, אז אלץ וואס ער טוט איז צום גוטן.

געדיינקנדיק דאס, און פון צייט צו צייט אריינטראכטנדיק זיך אין דעם, איז לייכטער צו פארשטיין אסך פאסירונגען אין לעבן, און די הוי[פט]זאך איז, אז דאס גיט די אמת'ע זיכערקייט אין טאג-טעגליכן לעבן, ווי דוד המלך האט געזאגט: ה' רועי - במילא - לא אחסר.. כי אתה עמדי.

איך וואלט זיין צופרידן אויב איר וועט געפינען פרייע צייט צו אנשרייבן מיר א פאר ווערטער ווי איר פילט זיך. איך ווינטש אייך א גוטע ערהאלונג, און האף איר וועט קענען אנזאגן גוטע בשורות וועגן דעם.

בברכת כל טוב,

מנחם שניאורסאהן