ספריית חב"ד ליובאוויטש

תתקמב

ב"ה, ז' אד"ש, תשי"א ברוקלין.

שלום וברכה!

פון ידידנו הרה"ח הוו"ח אי"א נו"מ וכו' מוה"ר חנוך הענדיל שי' הבלין, האב איך זיך דערוואוסט אז איר זייט געווען - ניט היינט געדאכט - ניט געזונט אייניגע וואכען, און דער שלאפין איז ניט ווי געהעריג.

ווען איך וועל זיין אי"ה אויפן ציון פון כ"ק מו"ח אדמו"ר וועל איך אייך און אייער פרוי תי' מזכיר זיין להמצטרך להם, ובטח יעורר עליהם רחמים להשפיע להם אריכות ימים ושנים טובות.

לדעתי, האט איר געדארפט בודק זיין די מזוזות פון אייער וואהנונג, און פארן שלאף לערנען עטליכע שורות על כל פנים אין די שיחות פון כ"ק מו"ח אדמו"ר און מצייר זיין, זיין הייליקע צורה אויף וויפיל איר געדיינקט, און בעזה"י האף איך אז איר וועט מיר אנזאגען א בשורה אז אייער שלאף בעסערט זיך.

בברכה לאריכות ימים ושנים טובות שיוסיף בהם אומץ בתורה מצות ומעשים טובים.