ספריית חב"ד ליובאוויטש

תתקמו

ב"ה, י"א אדר שני, ה'תיש"א ברוקלין

שלום וברכה!

איך בין געווען צופרידן צו באקומען א גוטן גרוס פון אייך דורך ידידנו הוו"ח אי"א נו"נ מו"מ באמונה עוסק בצרכי ציבור משכיל על דבר טוב וכו' וכו' מו"ה יעקב הכהן שי' כ"ץ, ווי אויך דעם טשעק אלס התחלה אויף אייער אונטערנעמונג צו אפדרוקן א ספר פון די ווערק פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע.

איך האף אז איר געדיינקט זיכער אונזער געשפרעך ווען איר זייט דא געווען, און אז אייער זון שי' לעגט תפילין טעגליך, ווי איך האב מיט אייך גערעדט, און וועט אנהאלטן דערמיט, וואס דאס וועט ברענגען ברכה והצלחה עם און אייך אין אלע ענינים.

אזוי ווי עס גייט צו פורים, וואס איז פארבונדן מיט שמחה בא אידן, וויל איך פארענדיקן מיט א געדאנק, וואס מיין שווער דער רבי כ"ק מו"ח אדמו"ר האט ערקלערט אין דער שיחה פון פורים תש"א, ווען עס האבן זיך אנגעהויבן די גזירות פון יענער צייט:

דער ענין פון פורים איז וואס ניט קוקנדיק אויף דער גזירה וואס המן הרשע האט געוועלט דורכפירן געגן די אידן דערפאר וואס זיי זיינען אידן, האבן זיך די אידן נאך פעסטער געהאלטן בא זייער אידישקייט און זיינען געווען שטאלץ דערמיט. דערפאר איז בטל געווארן די גזירה און עס איז געווארן ונהפוך הוא, פון טרויער אויף שמחה. אזוי אין אלע צייטן, ווען מיר אידן וועלן [זיין] שטאלץ דערמיט וואס מיר זיינען אידן און האלטן זיך פעסט בא אידישקייט, ניט קוקנדיק אויף די שטערונגען וואס דאס ברענגט, וועלן מיר באפרייט ווערן פון אלע המן'ס, סיי די המן'ס אין גשמיות אין סיי די המן'ס אין רוחניות, און עס וועט זיין ליהודים אורה ושמחה וששון ויקר.

בברכת שמחת פורים און א גערוס אייער זון שי'.