ספריית חב"ד ליובאוויטש

תתקסג

ב"ה, כ"ז אד"ש, תשי"א ברוקלין.

הוו"ח אי"א נו"מ וכו' מוה"ר חיים יעקב שי'

שלום וברכה!

די שעקס, פון אייך און אייער פרוי תחי', האב איך ערהאלטן, און בייגעלייגט זיינען די קבלות.

איך האב פיל געהערט פון אייך, און בין צופרידן וואס איר זייט אין דער זעלבער צוגעבונד[נ]קייט ווי אלעמאל, און היינט נאך דער הסתלקות פון כ"ק מו"ח אדמו"ר, דארף יעדער איינער פילן מער די אחריות וועלכע איז ארויפגעלייגט געווארן אויף אונז אלעמען, און ארויסרופן בא זיך מערערע און טיפערע כחות, צו פארזעצען די גרויסע הייליגע זאכן, וואס דער רבי כ"ק מו"ח אדמו"ר האט אונז איבערגעלאזן, אז זיי זאלן זיין בהצלחה בגשמיות וברוחניות.

געוויס האט איר שיעורים אין לערנען תורה, זאלט איר זיי אנהאלטן און צוגעבן וויפל איז מעגליך פאר אייך, און מוסיף זיין אין די מעשה הצדקה וחסד, און משפיע זיין אויך אויף אנדערע.

בברכה לבריאות הנכונה ולאריכות ימים ושנים לו ולזוגתו תי'. מוסג"פ הקונ' לב' ניסן.

תתקסג

מוה"ר חיים יעקב: האלמאן.