ספריית חב"ד ליובאוויטש

תתקעד

ב"ה, י"א ניסן, ה'תיש"א ברוקלין

שלום וברכה!

לכבוד חג הפסח, זמן חירותנו, הבא עלינו ועל כל ישראל לטובה, שיק איך אייך מיינע בעסטע וואונשן פאר א כשרן און פרייליכן פסח.

יעדן יאר בא זמן חירותנו, דארף יעדער איד דורכלעבן און אויפלעבן דעם אידישן מיין פון זמן חירותנו, וואס די כוונה פנימית דערפון איז געווען - בהוציאך את העם מצרים תעבדון את הא' על ההר הזה: מתן תורה, און די ווירקונג דערפון דארף זיך פילן אין טאג טעגליכן לעבן א גאנץ יאר, בלימוד התורה ויקום המצוות בכלל, און מיט א טיפען אחריות געפיל פאר חינוך הכשר בפרט, וואס קינדער זיינען געווען און זיינען תמיד די גאראנטיע פאר דעם קיום און אמת'ן חירות פון אונזער פאלק.

בברכת חג כשר ושמח לו ולב"ב שי'.

תתקעד

נדפסה בלקו"ש ח"ז ע' 242. נוסח דומה נשלח לכמה.