ספריית חב"ד ליובאוויטש

תתקעז

ב"ה, י"א ניסן, ה'תיש"א ברוקלין

ברכה ושלום!

איך האב באקומען אייערע בריוו, איינער פון כ"ד אדר ב' און דער צווייטער אן א דאטום. לויט אייער בקשה, האב איך זייענדיק אויפן ציון פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע מזכיר געווען לטובה לכל המצטרך. ביטע שרייבט מיר זיין מוטערס נאמען.

בכלל, טאמער פארהאלט זיך אמאל מיין ענטפער, מיינט דאס נאר אז דער ענטפער האט זיך פארשפעטיקט אבער די בקשה בין איך ממלא בהקדם האפשרי. דאס שרייבן אבער הענגט אפ פון די פיל טרדות וועלכע באשריינקען מיין צייט.

איר פרעגט וועגן א סגולה. איז בכלל ניט מיין דרך צו געבן סגולות, אבער, ווי אין יעדער אידישער הויז דארף מען בודק זיין די מזוזות און זען אז דער באטרעפנדער זאל יעדן טאג זאגן תהלים.

זיכער זייט איר גערעכט וואס איר שרייבט אין בריוו, אז מען האט שוין געליטן גענוג צרות, און ס'איז שוין צייט אז יעדערער זאל געהאלפן ווערן אין אלעס וואס ער נויטיקט זיך, ובפרט בבריאות הנכונה. איך האף, אז איר וועט מיר קענען אנזאגן גוטע בשורות אין דעם.

די באמערקונג וואס איך וויל דא מאכן איז, כאטש איך בין ניט אינגאנצן זיכער אויב זי איז פולשטענדיק צוגעפאסט צו דעם פאל:

בכלל, הענגט דער זיכערהייטס געפיל בא א מענטשן אין פיל פאלן אפ אן א זאך וואס איז אויסערהאלב עם אין העכער פון עם. איינפאכער געזאגט פון זיין געפיל פון אמונה און בטחון אין בורא עולם, בכלל, און בורא עולם קטן - זה האדם - בפרט. נאך די גרויסע אויפטרייסלענישן פון אונזער דור, וועלכע האבן פונאנדערגעטרייסלט פארשידענע גייסטיקע יסודות און אפגעריסן פיל מענטשן פון טיף איינגעווארצלטער מסורת משפחה ועם, האט עס געווירקט אויף א סך מענטשן, אז זיי דוכט זיך אויס אז זיי הענגען באויר. דאס מיין איך אפילו די מאמינים שבהם, אז בא זיי איז די אמונה געווארן א זאך וואס איז ניט פארבונדן מיט זייער פראקטישן לעבן: מ'טראכט וועגן דרויף, און מ'זאגט שמע ישראל אדער מודה אני, אפט טאקע אויך מיט דעם פירוש המילות, און דאך גייט מען א גאנצן טאג ארום מיט דעם געדאנק, אז מ'איז אליין, און יעדערער ציט די מסקנות דערפון לפי טבעו ותהלוכות נפשו.

כדי צוריקצוברענגען די מענטשן צו זייער גלייכגעוויכט, איז דער ראיעלסטער וועג אז מ'זאל בא זיי מגלה זיין די מסורת משפחה און מסורת אבות וואס איז איצט אויך באהאלטן בא זיי אין דער נשמה. זיי וועלן דאן דערזען, אז א מענטש איז ניט עלנד, און נאך מערער, אז דער מענטש איז דער בעל-הבית פון זיין גורל נאר ביז א באשטימטער מאס, און דער עיקר הענגט גאר אפ פון דעם אויבערשטן. במילא דארף ער ניט שלעפן אלץ אויף זיינע אייגענע פלייצעס, פילן א געוואלדיקע אחריות פאר אלץ, און ווער רעדט נאך צו האבן א געפיל פון יאוש צו באשטימטע זאכן אדער באשטימטע צושטאנדן.

בשעת מ'פארבינדט די מענטשן מיטן געפיל פון אמונה און בטחון, וואס בלי ספק איז ער טיף איינגעווארצלט בא זיי, ברענגט דאס זיי רואיקייט און העלפט זיי דורכגיין דעם "בעל כרחך אתה חי" געזונטערהייט און בעסער אויספירן דעם תפקיד וואס יעדער מענטש האט אין לעבן.

זעלבסטפארשטענדליך, אז צו יעדער זאך און בפרט אין ענינים וועלכע זיינען פארבונדן מיט פנימיות הנפש, דארף מען האבן א סייעתא דשמיא, און דא העלפט שוין זכות אבות, דאס וואס מ'שטאמט פון אזא משפחה און אזוינע עלטערן וועלכע זיינען געווען דורכגעדרונגען דורך און דורך מיט אמונה און בטחון, וואס דאס וועט זיך סוף כל סוף אפרופן אף די קינדער, אז זיי זאלן אויך קומען דערצו.

איך האף אז איר וועט מיר אנזאגן בשורות טובות און פארענדיק מיט דעם וואונש פאר א חג כשר ושמח אייך און אלע אייערע.

בברכה שתבשר בשו"ט בקרוב.

מיר וואלט אינטערעסירט צו וויסן וועגן צוזאמענשטעל פון אייער פאמיליע וכו'.