ספריית חב"ד ליובאוויטש

תתקפד

ב"ה, י"ג ניסן, ה'תיש"א ברוקלין, נ. י.

שלום וברכה!

איך האב באקומען אייער בריוו בעתו, נאר צוליב די פיל טרדות האב איך ניט געקענט ענטפערן ביז איצט. אייגנטליך נויטיקט ער זיך ניט אין מיין ענטפער, אזוי ווי איר האט דאך געהאט אן ענטפער פון מיין שווער כ"ק מו"ח אדמו"ר בשעת איר זייט דא געווען.

בכל אופן, וויל איך איבע'חזר'ן דאס וואס איך האב שוין א אפר מאל גערעדט:

איינמאל פאר אלעמאל דארף מען וויסן, אז אמונה איז ניט א זאך וואס דארף בלייבן בלויז אין געדאנק, נאר מוז דרוכדרינגען דעם גאנצן לעבן.

דאס איז דאך קיין ספק ניט, אז איר זייט א מאמין. איז דאך די ערשטע זאך פון אמונה, אז דער אויבערשטער פירט די וועלט. און אויב ער האט בכח צו אנפירן מיט אנדערהאלבן ביליאן מענטש, איז דא[ך] א זיכערע זאך, אז אויך בנוגע צו אייערע ענינים וועט מקויים ווערן וואס עס שטייט אין פסוק: אני עשיתי ואני אשא ואני אסבול ואמלט .

איצט באטראכט זיך אליין: דער אויבערשטער איז מבטיח אז אני אסבול ואמלט, טראכט איר איבער צי א גוי פון דער אדער יענער לאנד וועט קאנען ח"ו שטערן דעם אויבערשטן אויספירן זיין הבטחה. און אלס פועל יוצא דערפון באטראכט זיך אליין, צי נויטיקט זיך דער אויבערשטער אז איר זאלט דאגה'ן ווי דער אויבערשטער זאל אנפירן מיט אייער בעל-הביתישקייט און לייזן אייערע פראבלעמען, אדער אן אייערע דאגות וועט דער אויבערשטער אויך באווייזן צו געפינען דעם גוטן אויסוועג?

סוף כל סוף דארפט איר געדיינקען אז דער רבי הוא כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע האט אייך געבענטש, און א ברכה פון א צדיק וועט זיכער מקויים, במילא וועט אייער ברכה אויך זיכער מקויים ווערן. נאר וואס דען, מען האט אייך געגעבן צוויי ברירות: אדער, ביז איר וועט זען דעם קיום הברכה, זאלט איר ארומגיין א פאר'דאגה'טער אפשר ח"ו וועט די ברכה ניט מקויים ווערן, און דערנאך, ווען זי וועט מקויים ווערן, וועט אייך צוקומען נאך א דאגה, וואס האט איר געדארפט פטר'ן אזויפיל לעבנסקראפט דאגה'נדיק אומזיסט; - אדער איר זאלט זיין שטארק אין אייער בטחון און אמונה אין השי"ת, אז ער וועט אייך פירן אף דעם ריכטיקן וועג און וועט מקיים זיין אלע ברכות וואס מ'האט אייך געבענטשט, און דערנאך, ווען איר וועט זען ווי זיי ווערן מקויים בפועל ממש, וועט איר קאנען זאגן צו זיך אליין: זע ווי גוט איך האב געהאנדלט, וואס איך האב ניט געזארגט וועגן זאכן וועגן וועלכע עס [איז] ניט געווען וואס איבערצוטראכטן.

דאס איז איינע פון די מיינען פון דעם שווער'ס ברכות צו אייך, און ניט נאר בתור ברכה נאר אויך בתור באפעל, איר זאלט זיין בשמחה, ווארום בעזר השי"ת וועלן די פראבלעמען, וועלכע דוכטן זיך אייך אויס אויז שווער, געלייזט ווערן און איר האט גאר ניט וואס צו דאגה'ן, און קאנט זיין בשמחה און מקיים זיין דעם עבדו את ה' בשמחה.

איך ווינש אייך א כשרן און פרייליכן פסח, א געזונטן און פרייליכן תמיד, און איך ערווארט צו הערן פון אייך גוטע בשורות בקרוב.

בייליגענד איז די שיחה פון פסח תש"ג, וואס וועט אייך זיכער אינטערעסירן.