ספריית חב"ד ליובאוויטש

תתקפו

ב"ה, כ"ד ניסן, תשי"א ברוקלין.

שלום וברכה!

... זה לשון הפ"ש שבקשתי את בנו שי' למסור לכבודו שי':

"לחיים, דער טאטע זאל זיין א חסיד בגלוי, א חסיד בהעלם איז ער שוין, קינדער חסידים האט ער ת"ל, אבער אז ער וועט זיין א חסיד בגלוי, וועט ער קענען צוהעלפן זיינע קינדער צו זיין חסידים בגלוי".

ופירוש הדברים:

קענענדיק מיין שווער כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, ווייס איך זיכער, אז ער איז געווען א צדיק, ודברי צדיקים און זייערע פעולות זיינען אמת, און זיי זיינען חיים וקיימים לעד, ופשיטא אז עס ווערט פון זיי גארניט פארפאלען.

איך האב געהערט כמה פעמים פון כ"ק מו"ח אדמו"ר ווי ער האט גערעט וועגען אייך און וועגען אייער פרוי תחי' און וויפיל כחות ער האט געלייגט אויף אייך וזוגתו תחי', סיי דירעקט אין געשפרעכן מיט אייך, און אונדירעקט אויף זיינע וועגן, מיט א קאפיטל תהלים וכו', אויך האב איך געהערט פון כ"ק מו"ח אדמו"ר וועגען די האפנונגען וואס ער האט געהאט אויף אייערע קינדער שי', און וואס מען זעהט אפילו בעיני בשר, אז זיי ווערן ביסלעכווייס מקויים אלץ מערער און מערער.

על יסוד הנ"ל, וואס פעולת צדיק ובפרט פון א רבי'ן, ווערט פון זיי גארניט פארפאלן, בין איך בטוח, אז די אלע גוטע זאכן וואס דער שווער דער רבי, האט אין אייך געוואלט זעהען, וועט דאס אראפקומען בפועל, א טייל פון דעם איז שוין געקומען בפועל, און איך בין זיכער אז אלץ וועט זיין בגלוי אויף די גאנצע הונדערט פארצענט.

זעלבסטפארשטענדליך, אז דא האנדעלט זיך ניט וועגן קיום המצוות כפשוט, וואס דאס איז אלעמאל געווען בא אייך און אין אייער הויז, נאר דא רעט זיך וועגן ענינים פון לפנים משורת הדין, וואס אין דעם איז ניט שייך קיין גבול, און וויפיל א נברא זאל ניט צוקומען, קאן ער נאך אלץ מער שטייגען אין דעם.

אבער עס איז דאך, אין חבוש מתיר את עצמו, דארפמען האבן א סיוע פון א צווייטן, ווי דער מיטעלער רבי (בן אדמו"ר הזקן) האט געזאגט, אז דענסטמאל איז דאס צוויי נפש אלקית, אויף איין נפש הבהמית, ובפרט אז מען האט א סיוע פון אזא, ווי כ"ק מו"ח אדמו"ר, וואס זיין זכות אליין איז גרויס, נוסף אויף דעם זכות אבותיו הקדושים שמסייעהו.

און דאס איז פירוש הדברים, וואס איך האב געמיינט, אז "א חסיד בהעלם איז ער, און ער זאל זיין א חסיד בגלוי" אין א הנהגה פון לפנים משורת הדין בתכלית, וואס כ"ק מו"ח אדמו"ר האט אייך געגעבן כחות - און ווי איך האב שוין געשריבן - ניט נאר אין די דבורים מיט אייך פנים בפנים, נאר אויך זייענדיג פאר זיך אין זיין חדר, מיט א קאפיטל תהלים וכו', אבער איר האט דאס נאך בגלוי ניט אלעס אויסגעניצט, וויילע עס איז אונמעגליך אויסניצן א ברכה פון א צדיק עד סופה ותכליתה.

במילא האב איך געוואונשן, אז די ברכות וואס כ"ק מו"ח אדמו"ר האט אייך געבענטשט, בפניו ושלא בפניו, זאלן זיי מקויים ווערן במילואן.

און די גרעסטע ברכה בא יעדער מענשן און בפרט בא אידן, איז דאך נחת פון קינדער, וכמרז"ל בכל אדם מתקנא חוץ מבנו וכו', האב איך דאס בפירוש ארויסגעזאגט און מפרש געווען, אז די ברכה פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זאל בא אייך מקויים ווערן, אז די קינדער אייערע זאלן זיין חסידים בגלוי.

ב

און דער טעם הדבר, וואס איך האב איבערגעגעבן די ברכה דורך אייער זון שי' בעת ההתועדות איז, וויילע עס שטייט אין ספרים, אז בעת א איד זאגט א דבר ברכה, און עס שטייען צען אידן, און ענטפערן אמן, ווערט דער דבר הברכה, א ברכה פון א רבים, און א רבים וואס אכל בי עשרה שכינתא שריא (סנה' לט, א), ובפרט אז עס זיינען דערביי צענדליגער עשרה, און עס איז א צייט פון סעודת שבת ויו"ט, שהיא סעודת מצוה, ובפרטי פרטיות, ווען דאס איז נאך במקום קדוש בית הכנסת ובית המדרש, האב איך ניט געוואלט דורכלאזן די געלעגנהייט, זעהענדיק אז עס זיינען אנוועזענד און מען געפינט זיך צווישן אידן גוטע פריינד און וועלכע שטייען אין א התעוררות, האב איך אויסגעניצט די געלעגענהייט, בכדי עס זאל זיין מיט דער הסכמה פון אלע אנוועזענדע אידן וועלכע זיינען שבת'דיק יו"ט'דיק און אין א זמן פון סעודה שלישית, וואס איז א זמן פון רעווא דכל רעווין (ווי מיר זאגן אין די זמירת שבת ומקורו בזוהר הקדוש), אז זיי אלע זאלן מסכים זיין, אז די ברכות וואס כ"ק מו"ח אדמו"ר האט געגעבן זאלן מקויים ווערן במילואן, און איינע פון די עיקרים איז, אז מען זאל זיין חסידים, טאן לפנים משורת הדין, און טאן א טובה דעם צווייטן, אפילו ווען זיך זאל זיין א היזק ח"ו פון דעם, ווי תוספות איז מפרש דעם פירוש חסיד וכו' (נדה יז, א, ועייג"כ שבת קך, א)...

בפ"ש לכל ב"ב שי' ובברכה.