ספריית חב"ד ליובאוויטש

תתקצה

ב"ה, א' אייר, ה'תיש"א ברוקלין, נ. י.

הוו"ח אי"א נו"נ משאו ומתנו באמונה וכו'

מהור"י שי' הכהן

שלום וברכה!

בהמשך צו אונזערע טעלעפאנישן געשפרעך, לעג איך דא ביי די קאפיע פון מיין בריוו צו מר יוסף שי' ראבינסאן, ווי אויך די 20 טשעקס אויף די נעמען פון מר סיימאן און מר קאפלאן שי', וואס זיינען אויסגעשטעלט איינער איבער איינעם, אויף א דאטום אנהויבנדיק מיט צוויי טעג שפעטער ווי ראבינסאנס טשעק, און אנהויבנדיק מיטן זעקסטן טשעק, לויט אייער הוראה וואס איר האט געזאגט, אז צדקה קומט פריער.

דערביי וויל איך אויך אונטערשטרייכן, וואס דער אלטער רבי שרייבט אין אגרת הקדש, סימן כ"א, אז ווי גרויס א ענין פון א מצוה איז, האט די זריזות מיט וועלכע מען טוט די מצוה גאר א גרויסע באדייטונג. ובפרט, שרייבט דער אלטער רבי דאס וועגן דעם ענין פון צדקה, און דאס זיינען זיינע ווערטער: זריזותו של אברהם אבינו ע"ה היא העומדת לעד לנו ולבנינו עד עולם כו' און איז מוסיף, אז בפרט אין "מעשה הצדקה עולה על כלנה כו' כש"כ שטוב לנו גם בעולם הזה להקדימה כל מה דאפשר".

איך וויל פארענדיקן מיטן וואונש, אז עס זאל מקויים ווערן וואס די גמרא זאגט, עשר תעשר, עשר בשביל שתתעשר, און גדול המעשה יותר מן העושה, אז גרעסער איז דער זכות פון דעם וואס איז זיך משתדל אז די צדקה זאל אריינקומען אין קאסע ווי פון דעם וואס גיט די צדקה. אייער באטייליקונג אין דער ארבעט וואס כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע האט מייסד געווען אין אפריקע זאל זיין א צנור ממשיך צו זיין בטוב הנראה והנגלה בבריאות הנכונה אייך ולזוג' וכב"ב שיחיו און א סך הצלחה אין אייערע געשעפטן, סיי גשמיותדיקע סייר רוחניותדיקע, און אזוי ווי מעלין בקדש, זאלט איר אויך [ז]וכה זיין צו פארגרעסערן אייער באטייליקונג אין דעם שווער'ס דעם רבינ'ס ארבעט, עס זאל זיין הלוך וגדול למעלה מעלה.

איך האף צו הערן פון אייך גוטע בשורות בכל עת. בברכה רבה בגשמיות וברוחניות.

תתקצה

מהור"י שי': כץ. אגרות נוספות אליו - לעיל תתכב, ובהנסמן בהערות שם. 1) ערקלערט אין דרושי ספירת העומר בארוכה. זע אויך ד"ה אני לדודי (קונטרס נז - לג בעומר תש"ח).