ספריית חב"ד ליובאוויטש

תתקצו

ב"ה,

פון די פילע פערל וואס זיינען פראנען אין דער דא געדרוקטער שיחה, איז איינע פון די עיקרית דיקע - (זע אות טו):

אמאל האט מען געוואוסט, אז מ'דארף זיין - (זיין) א איד א ירא שמים, א חסיד. היינט דארף מען קענען - קענען לערנען, חסידות. ער מיט דער זאך זיינען צוויי ענינים (עכ"ל בקיצור קצת).

דאס איז אויך איינע פון די ענינים דספירת העומר - המשכת המוחין 1במדות, אז מען זאל זיך אויפפירען לויט דער הוראת המוחין והשכל - אט דאס וואס ער קען (במוחו) לערנען (נגלה דתורה), חסידות (פנימיות התורה) - זאל ער זיין אין טאג טעגליכן לעבען. אז ער און זיינע ידיעות זאלן זיין איין זאך.

און, אייגענטליך, איז דאס אויך מהענינים פון פנימיות התורה - וואס דער גילוי פון דעם איז לג בעומר (לקמן אות כא) - צו פאראייניגען און בעווייזען אז אלץ איז אחדות: חומריות איז מער ניט ווי אנאויסווייניגסטע זאך וואס מ'דארף מזכך זיין, און מאכען דאס פאר אויס חומריות, און אין גשמיות - ארויסבריינגען די פנימיות דערפון, וואס פאראיינציגט זיך מיט רוחניות ונשמת הדבר.

און דאמאלס ווערט דער מענטש - זיין נשמה זיין גוף און אלע זיינע ענינים - איין זאך.

און דער וועג דערצו איז דורך פנימיות התורה. וואס בעווייזט אין תורה גופא, אז אלץ איז איינס. פנימיות התורה 2בעווייזט ווי אין תורה איז רזי תורה און תורה הנגלית - לבושא דאורייתא, גופא דאורייתא, נשמתא דאורייתא ונשמתא לנשמתא 3דאורייתא - איין זאך. ובפרט בלג בעומר, וואס די גילויים פון לג בעומר זיינען, וואס דער בעל ההילולא - רבי שמעון בן יוחאי - האט מגלה געווען רזי דרזין. "מלין4קדישין דלא גליאן עד השתא.. דהוא (קוב"ה) וכל סייעתי' קדישא דילי' אתו למשמע בחדוה מלין סתימין".

מנחם שניאורסאהן

ב' אייר ה'תיש"א ברוקלין נ. י.

תתקצו

נדפסה בלקו"ד ח"ד ע' 1098 (ובלקו"ש חי"ב ע' 167)15, שם נדפסה גם השיחה המוזכרת כאן, שנאמרה בל"ג בעומר תש"ד. 2) זע קונטרס לימוד החסידות פי"א. 3) זע זוהר ח"ג קנב, א. 4) זוהר ח"ג רפז, ב.