ספריית חב"ד ליובאוויטש

א'רלג*

ב"ה, ל' תשרי, ה'תשי"ב

ברוקלין, נ.י.

שלום וברכה!

לויט ווי איך האב געהערט, צו מיין גרויס צער, האט זיך נאך די מיספארשטענדניש צווישן אייער זון... שי' און זיין פרוי תחי' נאך ניט איינגעארדנט. נאך גרעסער איז מיין פארדרוס ווען איך הער אז זיי וואוינען נאך ניט צוזאמען, און אז עס זיינען אפילו דא אזעלכע וועלכע ריידן וועגן א גט צווישן זיי.

געפין איך פאר מיין חוב צו שרייבן אייך, ווייל זיכער האט איר א השפעה אויף אייער זון, אז איר זאלט וויסן זיין, אז דא האנדלט זיך וועגן א זאך וואס איז אייער זון נוגע אויפן גאנצן 1לעבן, 9במילא איז דאס אויך פאר אייך, אלס זיינע עלטערן, א לעבנס-פראגע. איר דארפט זיך אריינלייגן אין דער זאך און זען, אז עס זאל ווערן צווישן זיי שלום-בית, און זיי זאלן זיך איינארדנען בא א נארמאלן צוזאמענלעבן פאר זיך אליין, ניט מיט אירע עלטערן און ניט מיט זיינע עלטערן, וואס דאן וועט זיי לייכטער זיין צו באפעסטיקן דעם שלום-בית, ווי עס דארף זיין אין א אידישע הויז.

איך האב געהערט וועגן די פארשידענע טעמים וועלכע מ'גיט אן אז זיי שטערן צוריק איינצושטעלן דעם שלום-בית, און איך האב אויך געהערט די טעמים וואס אייער זון האט מיר דערציילט זייענדיק בא מיר. און נאך די אלע טעמים געפין איך איין פאר מיין חוב צו אונטערשטרייכן, אז דא שפילט מען זיך מיט א לעבנס-פראגע פון צוויי יונגע מענטשן, טאר מען אין דערויף ניט מישן קיינע זייטיקע ענינים.

מען דארף אויך געדיינקען וואס אונזער הייליקע תורה לערנט אונז, אז דער אויבערשטער האט געזאגט, אז מ'קאן אפילו - אין באשטימטע פאלן - זיין הייליקן נאמען אויסמעקן אבי איינצו שטעלן שלום-בית צווישן מאן און פרוי. דערפון אליין קען מען שוין פארשטיין ווי גרויס איז די סכנה פאר די אלע וועלכע שטערן דעם שלום- בית, און ווי אומגעהויער גרויס איז דער שכר פאר די וועלכע העלפן צוריק אויפשטעלן דעם שלום-בית צווישן מאן און פרוי.

איך רעכן, אז צו עלטערן, וועמען דער גליק פון א קינד איז זיכער טייער, פארשפאר איך צו שרייבן מער אין דער זאך. איך האף, אז איר וועט טאן אלץ מעגליך צוזאמענצוברענגען אייער זון מיט זיין פרוי און צוריק אויפבויען דעם שלום-בית, און דער אויבערשטער זאל העלפן, אז איר זאלט דערפאר האבן געזונט און אידישן נחת פון די קינדער און פון די איבעריקע קינדער שיחיו.

בברכה.