ספריית חב"ד ליובאוויטש
- דף הבית /
- ספרי כ"ק אדמו"ר /
- אגרות קודש /
- כרך ה /
- א'רמא /
ספרי כ"ק אדמו"ר > אגרות קודש > כרך ה > א'רמא
ב"ה, ט"ו מרחשון, תשי"ב
ברוקלין, נ.י.
צום פאראיין פון יונגע פרויען אנ"ש אין מאנטרעאל, ה' עליהם יחיו
ברכה ושלום!
מיט פארגעניגען האב איך באקומען דעם בריוו, געשריבען פון דער סעקרעטערין פון אייער גרופע, מרת חי' קרעמער תחי', אין וועלכען זי שרייבט, אז עס זיינען פארגעקומען וואלען פון אפיסערס און עס איז ערוויילט געווארען א פרעזידיום, און בעט א ברכה פאר הצלחה אין אייער ארבעט.
ווינש איך אייך אלעמען, מיט די אפיסערס בראש, אז איר זאלט אנגיין מיט אייער ארבעט בהצלחה, צו פארשפרייטען די ליכטיקייט פון תורה ומצוות בכלל, און פון חסידות ודרכי החסידים בפרט, ניט נאר בא זיך אין דער היים, נאר אויך ארום זיך, אזוי אז יעדערע פון אייך זאל דינען אלס ליכטיקע לאנטערנע (9טארטש וואס מאכט ליכטיק אויף א געוויסן שטח ארום זיך די פינסטערניש פון גלות.
עס איז באוואוסט דער ווארט פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, וואס ער האט געענטפערט איינעם וואס האט זיך באקלאגט, אז ער איז איינער אליין אין א סביבה וועלכע איז ניט קיין רוחניות'דיקע ופשיטא ניט קיין חסידישע. האט דער רבי דער שווער אויף דערויף געענטפערט: ווען מען שטעלט אוועק א לאנטערנע אין גאס בא נאכט, קלייבט מען זיך ארום איר.
דערפון לערנען מיר צוויי זאכן: א) אז א איד בכלל, און א חסיד בפרט, סיי מאן סיי פרוי, טאר ניט באנוגנען זיך מיט האלטן א לאנטערנע בא זיך אין שטוב, נאר דארף זי ארויסטראגען אויך אין גאס. ב) ניט נאר ציט דאס צו מענטשן, וואס מען דארף זיך אנשטרענגען צו דערנעענטערן זיי, נאר עס וועלן אויך זיין באשטימטע קרייזען מענטשן, וועלכע וועלן זיך, פון זיך אליין, קלייבען זיך ארום דער לאנטערנע.
דער אויבערשטער זאל העלפען, אז דורך דעם תוספות אור וואס יעדערע פון אייך וועט מוסיף זיין אין גאס, וועט דער אויבערשטער מוסיף זיין ליכטיקייט כמה פעמים ככה, עס זאל ליכטיק זיין בא יעדען איינעם סיי בגשמיות און סיי ברוחניות.
בברכת הצלחה בעבודתן עבודת הכלל, וגם בעניניהן הפרטיים
המחכה לבשורות טובות אשר נגשו כבר לעבודה בפועל וכבר רואות פרי טוב בעמלן.
א'רמא
דער ווארט: ראה גם לעיל ח"ב אגרת של. לקמן א'רנב. א'רסט. א'עדר.