ספריית חב"ד ליובאוויטש

א'שמז*

ב"ה, טו"ב טבת תשי"ב

ברוקלין, נ.י.

צו די אנטיילנעמער אין דער צוועלפטער

יערליכער

חגיגה פון ישיבות תומכי-תמימים

ליובאוויטש בארצות

הברית, ד' עליהם יחיו

שלום וברכה!

בנועם באגריס איך און גיב א ברכה מקרב ולב צו אלע אנטיילנעמער אין דער חגיגת ישיבות תומכי-תמימים ליובאוויטש בארצות הברית וואס שוין מיט אייער אנוועזנהייט דא אליין - דריקט איר אויס אייער וואונש און רצון צו האבן דעם גרויסן זכות פון געבן און פארזעצן אייער הילף צום מרכז הישיבות תומכי-תמימים.

אלע אמעריקאנער אידן, וועלכע קוקן מיט אפענע אויגן און ווארעמען אינטערעס אויף דעם אידישן מצב אין לאנד, אנערקענען דעם אומבאשרייבליכן גרויסן אויפטו וואס כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע האט געלייסטעט אין אמעריקע מיט זיין ארבעט בכלל, און דורך זיינע ישיבות בפרט.

די שטארקע און טיפע ווירקונג וועלכע די ישיבות תומכי-תמימים איבן אויס אויף דעם אמעריקאנער אידישן לעבן, און דער מוסטער פון מסירת נפש פאר אידישקייט וואס די מחונכים פון דיזע ישיבות ווייזן ארויס - איז אן אלגעמיין אנערקענטער פאקט.

דער מרכז הישיבות לעבט איבער א שווערן מאטעריעלן קריזיס וועלכער, ניט נאר באשוועריקט ער די העכסט נויטיקע אויסברייטערונג פון די ישיבות, נאר ער שטעלט אויך, חלילה, אין געפאר די שוין עקזיסטירנדע מוסדות.

ס'איז באוואוסט די גרויסקייט פון דער מצוה פון צדקה. אפט מאל אבער מאכט מען חשבונות אויף באגרענצן די נתינת הצדקה מצד פארשידענע טעמים.

די ישיבות תומכי תמימים מוז אנערקענט ווערן אז זיי זיינען פון די וויכטיקסטע פאקטארן, פון וועלכע ס'איז אפהענגיק דער קיום ניט נאר פון לימוד התורה ביראת שמים אליין - וואס דאס פאר זיך איז א עיקר און יסוד פון קיום עם ישראל - נאר אויך פון אידישן פרטיות'דיקן און געזעלשאפטליכן לעבן, וועלכע מוזן באאיינפלוסט ווערן פון רוח היהדות והתורה. בא פראבלעמען פון אזא לעבנסוויכטיקייט פאלן אפ די טעמים פון באגרענצונגען און אויסרעכנונגען אין דער הילף וועלכע מוז אומבאדינגט געגעבן ווערן.

איך האף און וויל זיכער זיין, אז איר אלע, פריינט פון די ישיבות תומכי תמימים, וועט מאכן די גרעסטע אנשטרענגונג און געבן די מאקסימום הילף, כדי צו דעקן די דעפיציטן פון מרכז הישיבות תומכי-תמימים און געבן די מעגלעכקייט אנצוגיין ווייטער מיט זייער ארבעט.

דער אויבערשטער בלייבט ניט קיין בעל-חוב, און זיכער וועט ער אלעמען, וועלכע וועלן ערפילן זייער חוב, העלפן אין אלעס וואס זיי דארפן.

איך פארענדיק מיין ווענדונג מיט דברי הרב, הוא כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, אין זיין לעצטן בריוו צו די אנטיילנעמער פון דעם יערליכן דינער פון ישיבות תומכי-תמימים ליובאוויטש אין יאר השי"ת, וזה לשונו (איבערזעצט אין אידיש):

השי"ת זאל שטארקן אייער אלעמענס געזונט און געבן אייך אלעמען גוטע פרנסה בהרחבה, און מיר אלע און אונזערע בני בית יחיו זאלן זוכה זיין בהרמת קרן התורה וקרן ישראל סבא ולגאולה קרובה דורך משיח צדקנו, ער זאל אונז פירן קוממיות לארצנו הקדושה בב"א.

בברכה

מ. שניאורסאהן

א'שמז*

נדפסה בלקו"ש חכ"ד ע' 474.