ספריית חב"ד ליובאוויטש
- דף הבית /
- ספרי כ"ק אדמו"ר /
- אגרות קודש /
- כרך ה /
- א'תמד /
ספרי כ"ק אדמו"ר > אגרות קודש > כרך ה > א'תמד
ב"ה, א' אדר, תשי"ב
ברוקלין, נ.י.
שלום וברכה!
איך האב ערהאלטען אייער בריף פון מוצש"ק יתרו מיט דעם פ"נ, וועלכען איך וועל - בל"נ - לייענען אויף דעם ציון הק' פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, און זיכער וועט ער מעורר ר"ר זיין אויף אייך און אויף אייערע בני בית צו די אלע זאכען וואס יעדערער פון אייך באדארף.
דאס וואס איר שרייבט אז איר האט עגמת נפש, וואס איר באקומט ניט אזוי גיך קיט ענטפער, וכו', איז דער פארדרוס האט קיין שום יסוד ניט, און זעלבסט פארשטענדליך אז איך וואלט אויך געוואלט ענטפערין אלע בריף ווי מעגליך פריער, אבער וואס קען איך טאן, עס ווענדעט זיך ניט נאר אין מיך אליין, די טרדו פון פילע ענינים נעמנן צו זיער פיל צייט, בילא בלייבט נאר א באגרעניצטע צייט אויף צו ענטפערין אויף בריף, אין דעם גופא איז אויך פראן א סדר פון קדימה ואיחור אבער דאך בהנוגע צו א פ"נ און בקשת ברכה דאס טו איך ווי מעגליך פריע, נאר די ידיעה אז איך האב דאס ממלא געווען, פארהאלט זיך, במילא איז ניט פון וואס צו האבען עגמת נפש ח"ו.
עס באאומרוהיגט מיך אייער שרייבען און אויך די ידיעות פון די אנדערע אנ"ש שיחיו, וועגען דעם מצב הגשמי של אנ"ש, וועלכער איז ניט בהרחבה, איך האף אבער אז דאס איז נאר צייטווייליג, און אז בקרוב וועט השי"ת מרחיב זיין את גבולם בפרנסה בגשמית און זיי וועלין מרחבי זיין את גבולם בפרנסה רוחנית וכמרז"ל הכל בידי שמים חוץ מיראת שמים, וואס דאס דאפמען אליין טען, און איך האף אויך אז בא אייך בפרט וועט בעסער ווערען דער מצב הגשמי, און בפרט - ווי איר שרייבט אין אייער בריף - אז ארי האט א כלי אויף דעם עסק בשותפות.
ע האט מיך געפרייט צו לייענען אין אייער בריף וועגען די התועדות פון י"ט כסלו, נר החמישי דחנוכה, ויו"ד שבט, און דאס וואס איר שרייבט אז איר זעהט ניט קיין תלית פון די התועדות אין עבודה, איז דאס קען מען ניט וויסען גלייך אויפן ארט, עס קען זיין אז אין [א] צייט ארום רופט זיך דאס אפ, און בפרט אז בכלל א ענין של מצוה וואס מען טוט אפילו במשך שעה קלה, איז דאס ווי רבינו הק' שרייבט אין תניא פכ"ה ויחוד זה למעלה הוא נצחי לעולם ועד, און ווען עס זיינען בא א התועדות חסידים א עדה אידן, איז דאך אכל בי עשרה שכינתא שרי' (און די משנה זאגט דאך אפילו שלשה או שנים איז אויך עד"ז) בלייבט דאס למעלה, וואס דאס איז דאך דער עיקר נצחי לעולם ועד, פירוש אז מען איז פארבונדען מיט עצמות לעולם ועד, און בפרט דורך דעם ענין פון אהבת ישראל, וואס דורך דעם וואס כולנו כאחד, איז דא אויך דער ברכנו אבינו, והשי"ת זאל העלפען אונז אלעמען אז דער חדש אדר, וואס אויף דער חדש האבען די רז"ל אפגעפסקנט אז מרבין בשמחה, און גיבען ניט אן קיינע הגבלות ווי לאנג די שמחה זאל אנהאלטען, זאל דאס אויך זיין נצחי לעולם ועד, ווי דער אלטער רבי שרייבט, און ממשיך זיין די שמחה בגשמיות וברוחניות.
בפ"ש כל החבורה ובברכה לפרנסה בהרחבה בקרוב ממש.