ספריית חב"ד ליובאוויטש

א'תסז

ב"ה, כ"ו אדר, תשי"ב

ברוקלין.

ברכה ושלום!

... עס האט געפרייט צו הערען אז מען לייגט אייך יעצט פאר צוויי שידוכים, און האפענטליך וועט איר זיך פאראינטערעסירען אין זיי און וועט זעהען אויסוועהלען דעם וועלכער איז מער פאסיג פאר איך.

עס איז זיכער איבעריג צו אונטערשטרייכען, אז חאטש פון איין זייט, איידער מען באשליסט א שידוך, דארפמען זיך גוט אריינטראכטען אין דעם, אבער גלייכצייטיג דארפמען אויך וויסען, אז מען קען זיך ניט פארזיכערען אויף די גאנצע הונדערט פארצענט אין פאראויס, און מען דארף זיך פארלאזען אויף השם יתברך, וועלכער פיט אן מיט דער גרויסער וועלט, און אויך די קליינע וועלט פון יעדער מענשן, און אז ער ברוך הוא וועט געוויס פירן צו בעסער, מען דארף נאר מער פארשטארקען דער צובונד מיט השם יתברך דורך פירן זיך אין דער וועג פון תורה ומצות, און השי"ת בעט אויך אז יעדער ענין זאל מען מאכען א כלי בטבע, ד.ה. אויפן נאטירלעכען וועג, און דערפאר איז אלע זאכען און אויך אזוי אין שידוכים זאכען, דארפמען אליין אויך אינטערעסירען זיך, אבער ניט אנהאלטען צוויי עקסטרעמען, ד.ה. ניט חאפען די ערשטע וואס קומט אונטער האנד, אוןאויך ניט צופיל איבערקלייבען.

איך האף אז אייער געזונט איז שוין בעסער און אין גיכען וועל איך ערהאלטען פון אייך א גוטע בשורה אז איר האט געפונען א באשערטען זיווג און בויען א הויז צווישן אידען א גליקליכע הויז אין אלע פרטים.

בברכה, המחכה לבשו"ט.