ספריית חב"ד ליובאוויטש

א'תקיז

ב"ה, כ"ו ניסן, ה'תשי"ב

ברוקלין, נ.י.

שלום וברכה!

עס האט מיר געפרייט באקומען אייער בריוו פון ה' ניסן, אין וועלכן איר טיילט מיט וועגן געבורט פון אייער טאכטער... תחי', שיק איך אייך מיין אינערליכן וואונש, אז איר און אייער פרוי תחי' זאלט זי מגדל זיין לתורה ולחופה ולמעשים טובים צוזאמען מיט אלע אייערע אנדערע קינדער שיחיו.

אויך האט מיך געפרייט צו הערן, אז דער מצב הפרנסה איז בא איך בעסער געווארן.

איך האף אז עס ועט אויך ווייטער גיין צו בעסערס און איר וועט קענען אנזאגן גוטע בשורות אין דעם.

וואס אנבאלאנגט אייער פראגע, וואס פארא מקצועות צו לערנען מיט די קינדער וועלכע ווענדן זיך צו אייך און בעטן לערנען מיט זיי? -

כאטש אפילו אין א באשטימטער מאס הענגט עס אפ פון טיפ ינדער, זייער עלטער און אפשטאמונג אין הויז, אבער אן אלגעמיינע אנווייזונג קען מען געבן, וואס זי שטימט אין אלע פעללע, נעמליך, אז אין דער איצטיקער צייט מוז די הויפטגעוויכט געלעגט ווערן אויף איינצופלאנצן אין אידישיע קינדער ענינים פון יראת-שמים ווי אויך דעם געדאנק אז יהדות מוז מען פראקטיצירן אין טאג-טעגליכן לעבן, און עס איז ניט גענוג בלויז צו לערנען וועגן דעם, אדער אפילו פארקטיצירן בלויז שבת און יום-טוב אין שול.

איסגייענדיק פון דעם שטאנדפונקט, דארף מען איניצן יעדע געלעגנהייט אז קינדער זאל קענען און וויסן ווי צו מאכן ברכות, היטן שבת, כשרות אאו"ו. אויב אפילו עס זיינען דא קינדער וואס אזא לערנען קען זיי אפשרעקן, דארף מען זיי דאס געבן ביסלעכווייז, און יעדנפאלס דארף דאס זיין די הויפט מטרה און ציל.

אזוי ווי דער טשעק איז ארויסגעשיקט און אנגעקומען אין די טעג פאר פסח, האב איך דאס איבערגעגעבן העלפט פארקן פאנד פון מעות-חטים און העלפט פאר אונזערע מוסדות חינוך פאר מיידלעך אין מאראקא אויפן נאמען פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע - אהלי יוסיף יצחק ליובאוויטש, לזכות פון אייער ניי - געבארענער טאכטער תחי' לאורך ימים ושנים טובות.

בייגעלעגט א מכתב כללי לפסח, וואס דער תוכן איז גילטיק אויף א גאנץ יאר.

בברכה.