ימי הגבלה

224

משיחת ראשון דימי הגבלה

— ג' סיון בלילה, אור ליום ד' פ' נשא, ה'תשמ"ט

א. היינט הויבן זיך אָן די שלשת ימי הגבלה פאַר זמן מתן תורתנו, ווען משה האָט אָנגעזאָגט אידן (בשלשה בסיון) "מצות הגבלה"1 — "והגבלת את העם סביב לאמר השמרו לכם עלות בהר ונגוע בקצהו גו'"2, "הגבל את ההר וקדשתו"3.

דער טעם בפשטות אויף דעם אָנזאָג "הגבל את ההר וקדשתו" איז — צוליב קדושת ההר, דעריבער האָבן אידן געדאַרפט זיין זהיר פון זיך צו אים אפילו צורירן.

בשעת מ'טראַכט זיך טיפער אַריין אין דעם, איז מסתבר זאָגן אַז דאָס איז אויך אַ הכנה והקדמה צו מתן תורה.

ובפרט אַז דער אויבערשטער האָט וועגן דעם אָנגעזאָגט מיט אַן אריכות הפרטים, און צוויי מאָל — סיי בתחלת השלשה ימים, און נאָכאַמאָל ביום השלישי, "העד בעם פן יהרסו אל ה' לראות גו' לך רד גו'", "והעד בהם שנית"4.

ב. דער ביאור אין דעם:

די כוונה פון מתן תורה איז — נתינת התורה למטה דוקא, בארץ5 הלזו הגשמית, ואדרבה — "לא בשמים היא"6 [ביז אַז דער אויבערשטער זאָגט צו בית דין של מעלה "אני ואתם נלך אצל ב"ד של מטה כו'" און הערן ווי זיי פסק'נען דעם דין7].

און דאָס איז אויך די תכלית וכוונה פון עבודת האדם (ווי ס'האָט זיך אויפגע­טאָן במיוחד באַ מ"ת) — ניט ווי ס'איז געווען באַ די בני אהרן, אַז צוליב זייער גרוי­סע תשוקה להתקרב לה' זיינען זיי אויסגעגאַנגען בכלות הנפש8 ("בקרבתם לפני ה'

225

וימותו"9), ובלשון פון אוה"ח הקדוש9: "לא נמנעו מקרוב לדביקות נעימות עריבות ידידות חביבות נשיקות מתיקות עד כלות נפשותם מהם",

נאָר דוקא אַן עבודה פון נשמות בגופים10, טאַקע מיטן גאַנצן ברען און קאָך צו זיין נאָענט צו דעם אויבערשטן, אָבער צוזאַמען דערמיט דוקא אין אַן אופן פון "הסנה איננו אוכל"11 — ווי ס'איז געווען באַ רבי עקיבא12, "נכנס בשלום ויצא בשלום" (עד כדי כך, אַז זיין כניסה13 איז געווען אַנדערש — בשלום דוקא, על מנת ובאופן אַז דערנאָך זאָל זיין יציאה בשלום ושלימות, אַ נשמה בגוף14). ד.ה. אַז עס דאַרפן זיין ביידע זאַכן — "נכנס", און צוזאַמען דערמיט — "בשלום" — באופן ועל מנת "ויצא בשלום". ואדרבה: דוקא דורך דעם "יצא בשלום" ווערט ער אַ כלי אמיתי ובשלימות אויף די גילויים הכי נעלים שלמעלה (צוליב וועלכע ער איז "נכנס").

[ווי ס'איז אויך מרומז אין דעם וואָס דער אויבערשטער האָט אָנגעזאָגט בימי ההכנה (ביום שני1) צו מתן תורה (נאָך פאַר דעם ציווי פון "והגבלת גו'") — "ואתם תהיו לי ממלכת כהנים וגוי קדוש"15: צוזאַמען דערמיט וואָס אידן זיינען "ממלכת כהנים", וואָס באַווייזט אויף זייער אָפּגעשיידקייט פון וועלט, אַזוי ווי אַ כהן "שהובדל לעבוד את ה' לשרתו כו'"16, ובפרט אַ כהן גדול17, וואָס מקומו איז דוקא בירושלים18 (יראה שלם19, און עיר שחוברה לה יחדיו20, ולא נתחלקה לשבטים21, ווייל ער איז למעלה מהתחלקות) און ער דאַרף פון דאָרטן ניט אַרויסגיין ("ואינו זז משם")18 — דאַרפן זיי, אידן, אויך זיין "גוי קדוש": ווי זיי געפינען זיך אַלס אַ "גוי" (אַ פאָלק) בארץ הלזו הגשמית, נשמות בגופים, דאַרפן זיי זיין "קדוש"22, קדוש ומובדל23, וע"ד המבואר בתורה אור (בתחלתו24) ובאור התורה25 (בהגהות על התו"א)

226

בענין "צדקה תרומם גוי"26, אַז ווי אידן שטייען אין דער דרגא פון "גוי"27, וואו זיי דאַרפן אָנקומען צו אַ הרמה כו' — ווערט אין זיי אַ מצב של "תרומם"].

ויש לומר, אַז דאָס איז איינער פון די טעמים פאַרוואָס פאַר מתן תורה איז געווען די גזירה פון עליונים לא ירדו למטה און תחתונים לא יעלו למעלה28 — אע"פ וואָס די כוונה (בתחלת הבריאה ובתוכה) איז געווען ביידע זאַכן: תורה וישראל29, ביז די התאחדות פון עליון ותחתון: די כוונה איז אַז די תחתונים זאָלן בלייבן בקיומם (ניט בטל ווערן צו די עליונים), וואָס דערפאַר האָט דער אויבערשטער באַשאַפן די תחתונים אין אַן אופן אַז בתחלה איז דאָ אַ גזירה (אויך מלשון "לגוזר") — פירוד און אָפּגעטיילטקייט צווישן עליונים ותחתונים, וואָס דורך דעם קענען די תחתונים בלייבן בקיומם, און דאָס טוט אויף, אַז דערנאָך, ווען די גזירה ווערט בטל (בשעת מתן תורה) — מ'באַקומט דעם כח צו ממשיך זיין עליונים און תחתונים — זאָל דאָס זיין אין אַן אופן אַז די תחתונים ווערן ניט אויס מציאות (ובטל להעליונים), נאָר ווי זיי זיינען אַ מציאות פון תחתונים ווערן זיי אַ כלי צו די עליונים30, ובסגנון אחר — גשמיות העולם ווערט אַ חפצא של קדושה.

און דעריבער, אַלס הקדמה והכנה צו מתן תורה, האָט געדאַרפט זיין די באַוואָרעניש און זהירות פון "והגבלת גו'":

לאחרי דעם גודל העילוי צו וועלכן אידן האָבן דערגרייכט בראש חודש סיון, "ביום הזה"31, ווען "באו מדבר סיני", און "ויחן שם ישראל נגד ההר", "כאיש אחד בלב אחד"32, וואָס דורך דעם זיינען אידן געוואָרן ראוי לקבלת התורה [בלשון המדרש33 — "בזמן שבאו לסיני חנו חני' אחת ויחן כו' אמר הקב"ה הואיל כו' ואהבו (ישראל) השלום ונעשו חני' אחת, הרי השעה שאתן להם את תורתי"] — נאָך זייער

227

השתוקקות צו מתן תורה במשך די גאַנצע מ"ד ימים שלפני זה (וועלכע אידן האָבן געציילט צוליב זייערע געגועים צו מ"ת34) — האָט דאָך זייער התפעלות און ברען (שטייענדיק לעבן הר סיני) געקענט ברענגען אַז זיי זאָלן (וועלן) אַרויפגיין אויפן הר און זיין מיטן אויבערשטן, בלשון רש"י35: "תאותם אל ה' לראות ויקרבו לצד ההר",

דעריבער האָט דער אויבערשטער באַוואָרנט, "השמרו לכם עלות בהר ונגוע בקצהו", "הגבל את ההר וקדשתו" — אַז זיי זאָלן ניט אויסגיין און בטל ווערן36 דורך זייער געוואַלדיקע תשוקה און ברען שטייענדיק לעבן הר סיני ("נגד ההר"), וועלכער האָט אין זיי (אויך) גע'פועל'ט אַן עלי' (נאָך בר"ח סיון), נאָר זייער תאוה ותשוקה זאָל זיין פאַרבונדן מיט זייער מציאות אַלס נשמות בגופים (וועלכע זיינען צוזאַמען מקבל די תורה) — דערפאַר האָט דער אויבערשטער אָנגעזאָגט "והגבלת גו' השמרו לכם עלות בהר ונגוע בקצהו", ניט נאָר מ'זאָל ניט עולה זיין בהר (ע"ד עליית וכלות הנפש דבני אהרן), נאָר אפילו ניט "נגוע בקצהו".

ג. והימים האלה נזכרים ונעשים37 מדי שנה בשנה כחדשים38, ביז — חדשים39 ממש40:

בזמן מתן תורתנו יעדן יאָר — קומט צו אַ חידוש אין דער שלימות פון ביטול הגזירה ודוקא חיבור עליונים ותחתונים, וואָס ביחס צו דעם חידוש ושלימות — איז דער ביטול הגזירה בשנים שלפני זה בדוגמא ווי קודם ביטול גזירה, ס'איז נאָך דאָ דער חילוק און העדר ההתאחדות צווישן עליונים און תחתונים.

און דעריבער, אין די ימי ההכנה צו זמן מתן תורתנו, פאָדערן זיך ביידע ענינים: די התקרבות צו שטיין "נגד ההר", און דער "ויחן שם ישראל", כאיש אחד בלב אחד, מיט די גרויסע השתוקקות צו קבלת התורה; וביחד עם זה — "והגבלת גו'", בכדי מ'זאָל קענען מקבל זיין די תורה בשלימותה, אַלס נשמות בגופים ושניהם בריאים, לאריכות ימים ושנים טובות, עס זאָל זיין דער "(נכנס בשלום ו)יצא בשלום".

ד. ויש להוסיף — ע"פ הקביעות פון ראש חודש סיון בשנה זו41 — ביום ראשון בשבוע:

228

יעדער יום ראשון איז בדוגמת (דעם ערשטן) יום ראשון40 פון מעשה בראשית42, וואָס ווערט אָנגערופן "יום אחד"43, "שבו הי' הקב"ה יחיד בעולמו שלא הי' בעולמו אלא הוא"44;

און אויך די בריאה וואָס איז געווען ביום ראשון, איז געווען — אור, וואָס איז בכלל העכער פון דער (שאר כל ה)בריאה, ועאכו"כ דער אור שנברא ביום ראשון, וואָס לא הי' העולם כדאי להשתמש בו45 (און דערפאַר איז — גנזו הקב"ה לצדיקים לע"ל)46,

[און אפילו די דרגא פון אור וועלכע איז מאיר איצטער — איז למעלה משאר כל הבריאה47. וכידוע ובהבנה מעלת האור מהענין שאינו דומה שמיעה לראי'48, דורך ראי' (ע"י האור) דערזעט מען גלייך בסקירה אחת כל הענין כולו מיט אַלע זיינע פרטים, ואדרבה — ווי די פרטים שטייען אין אַ מציאות אחת, שלמעלה מהתחלקות, דערנאָך ווערט דאָס נמשך מן הכלל אל הפרט; משא"כ דורך שמיעה, איז פאַרקערט: פריער הערט מען אַ פרט און נאָך אַ פרט, א.ז.וו. און מן הפרטים קומט מען אל הכלל, ביז מ'שטעלט צוזאַמען דעם ציור פון כל הענין].

ויש לומר, אַז דאָס איז בהתאם לזה וואָס בראש חודש סיון (אחד בסיון)49 — ביום ראשון בשנה זו (דהשיחה) — איז געווען דער ענין פון "ויחן" לשון יחיד, "כאיש אחד בלב אחד" (ע"ד דער ענין פון יום אחד, (ויקרא אלקים ל)אור (יום)50 וועלכע איז (מצ"ע) למעלה מהתחלקות).

די כוונה איז אָבער, אַז דערנאָך זאָל דער גילוי פון "יחיד" און "אחד" אַראָפּקומען אין פרטים, אין די גדרי ההתחלקות פון דער בריאה (תחתונים).

דעריבער קומט דערנאָך ביום השלישי (ג' סיון) דער ציווי פון "והגבלת גו' השמרו לכם עלות בהר ונגוע בקצהו".

אָבער דוקא דורך דער הגבלה, ווערן אידן מוכן צו מתן תורה, דער שלימות החיבור פון עליונים ותחתונים, און די התאחדות פון אידן מיטן אויבערשטן —

229

ישראל וקוב"ה — ע"י אורייתא — כולא חד51.

ה. וכמובן, אַז בכל יום פון די שלשת ימי הגבלה — קומט צו אין דער עבודה פון "והגבלת גו'" אַלס הכנה צו מ"ת. ובנדו"ד — ביום שני פון די ימי הגבלה קומט צו דער ציווי "וקדשתם היום ומחר גו'"52.

[וי"ל ע"ד הרמז אַז יום זה איז אויך דער יום מ"ח לעומר, וואָס איז במיוחד פאַרבונדן מיט תורה53 — שני פעמים כד, כדכד (בגימטריא מ"ח)54. ועוד: דורך דעם איז מען מברר דעם ענין פון "חם", וואָס איז פאַרבונדן מיט מציאות העולם].

וכאמור, דורך דעם — קומט צו דער עילוי אַז "והיו נכונים ליום השלישי"*54 — דער ענין פון מתן תורה — דער גילוי שער הנו"ן, ביז די מדריגה עליונה שבו55, ביז — דאָס וואָס איז העכער פאַר כל גדר שער.

ו. ויש לקשר זה אויך מיט דעם שיעור תהלים פון יום זה (יום רביעי בחודש), וואָס התחלתו56 איז "מזמור לדוד ה' רועי לא אחסר": אע"פ וואָס ס'איז דאָ דער ענין פון "והגבלת גו' השמרו לכם עלות בהר ונגוע בקצהו" — איז "לא אחסר"57, "במדבר הזה שאני הולך בו בטוח אני לא אחסר כלום"58.

ואדרבה — כבסיום השיעור59: "ה' עוז למו ומעוז ישועות משיחו הוא. הושיעה את עמך וברך את נחלתך ורעם ונשאם עד העולם" — וואָס דאָס גייט אויף די גאולה האמיתית והשלימה (וואָס מעין זה איז געווען באַ מ"ת60), ווען עס וועט זיין "ה' ימלוך לעולם ועד"61, און "הושיעה את עמך גו' ורעם ונשאם עד העולם" — שלימות הענין פון "נשא את ראש" (בפרשתנו).

ז. ולסיכום:

וויבאַלד אַז הימים האלה נזכרים ונעשים (כנ"ל ס"ג) — איז אין די ימי הכנה צו זמן מתן תורתנו דאַרף באַ יעדער איד'ן צוקומען אין די הכנות לזה, אָנהויבנדיק פון

230

דער עבודה פון ר"ח סיון — אהבת ישראל ואחדות ישראל (כאיש אחד בלב אחד), דערנאָך (וביחד עם זה) אין דער עבודה פון "והגבלת גו'", די זהירות פון עולה זיין בהר, ביז "וקדשתם" פון כל הענינים שלו — בהתאם צו "גוי קדוש",

ועוד ועיקר — דער מכוון ותכלית פון די אַלע הכנות — גרייטן זיך צו מתן תורה און קבלת התורה, דורך מוסיף זיין נאָכמער אין לימוד התורה, ובהקדמת נעשה לנשמע, כולל אין תורה עצמה — לימוד הלכות התורה, לאסוקי שמעתתא אליבא דהילכתא, און דערנאָך — פלפולי דאורייתא (ביז — דרוש וקבל שכר), כמדובר לעיל בארוכה62,

כולל אויך ובמיוחד — לימוד פנימיות התורה, וואָס דערביי במיוחד זעט מען ווי בדורות הראשונים איז אין דעם געווען "והגבלת", די הגבלות פון לימוד פנימיות התורה דוקא "ביחיד", דערנאָך איז געקומען די צייט וואָס "מצוה לגלות זאת החכמה"63, ביז — יפוצו מעינותיך חוצה אָנהויבנדיק דורך דעם בעש"ט און דעם מגיד, און דער עיקר בזה, בהפצה — האָט זיך אָנגעהויבן פון דעם אַלטן רבי'ן (נאָך פּעטערבורג)64, און רבותינו נשיאינו ממלאי מקומו, ביז כ"ק מו"ח אדמו"ר נשיא דורנו.

ותלמוד גדול שמביא לידי מעשה — הוספה בקיום המצוות בהידור, כולל ובמיוחד — מצות צדקה, דורך וועלכער עס ווערט "תרומם גוי" (כנ"ל ס"ב) — וואָס "צדקה היא כללות כל התורה" (כמבואר אויך בתורה אור יתרו ד"ה בחודש השלי­שי65). דערפאַר איז מתאים במיוחד איצטער צו מסיים זיין (ובפרט — שזהו כרגיל) מיט דעם ענין פון מאַכן יעדערן פאַר אַ שליח מצוה לצדקה, ובהוספה מדילי'.

און דורך דער הוספה בלימוד התורה וקיום המצוות בכלל, ובמיוחד בפנימיות התורה — גיט דאָס נאָכמער צו אין דער הכנה צו קבלת התורה בשמחה ובפנימיות, ועוד ועיקר — הקדמת הגאולה האמיתית והשלימה ע"י משיח צדקנו, וועלכער קומט במיוחד כשיפוצו מעינותיך חוצה66,

וואָס דעמולט וועט מען גיין בשמחה לארצנו הקדושה, און זינגען דעם ניגון [וניגן כ"ק אדמו"ר שליט"א] "הושיעה את עמך וברך את נחלתך ורעם ונשאם עד העולם".

[כ"ק אדמו"ר שליט"א נתן לכל אחד ואחת שטר של דולר, לתת אותו (או חילופו) לצדקה, ובהוספה מדילי'].

ולכל הדיעות — לא שימש האור (שנברא ביום ראשון) יותר משבעת ימי בראשית.


1) שו"ע אדה"ז או"ח סו"ס תצד.

2) יתרו יט, יב.

3) שם, כג.

4) שם, כא; כד ובפרש"י.

5) ראה שבת פט, א.

6) נצבים ל, יב. וראה ב"מ נט, ב.

7) שמו"ר פט"ו, יב. דב"ר פ"ב, יד.

8) ראה בארוכה ד"ה אחרי מות תרמ"ט (מלפני מאה שנה — משנת אמירת השיחה). לקו"ש ח"ג ע' 987 ואילך.

9) ר"פ אחרי.

9) ר"פ אחרי.

10) כפי שנצטווה לאחר מעשה נדב ואביהוא. וראה לקו"ש חכ"ז ע' 270.

11) שמות ג, ב. וראה לקו"ת שלח מה, ג.

12) חגיגה יג, סע"ב. טו, סע"ב (ע"פ גירסת הע"י). ירושלמי חגיגה פ"ב הי"א.

13) כידוע הדיוק דלכאורה כל הארבע שווין בכניסה.

14) ראה ד"ה אחרי מות הנ"ל. לקו"ש ח"ג ע' 990.

1) שו"ע אדה"ז או"ח סו"ס תצד.

15) יתרו שם, ו.

16) רמב"ם סוף הל' שמיטה ויובל.

17) כפירוש חז"ל (אגדת בראשית פע"ט [פ]. וראה בעה"ט עה"פ) שממלכת כהנים קאי על כהנים גדולים.

18) רמב"ם הל' כלי המקדש פ"ה ה"ז.

19) ב"ר פנ"ו, י. תוד"ה הר — תענית טו, א. לקו"ת ר"ה ס, ב.

20) תהלים קכב, ג. ירושלמי חגיגה פ"ג ה"ו.

21) מגילה כו, א.

18) רמב"ם הל' כלי המקדש פ"ה ה"ז.

22) וראה אגה"ק ס"ט: "גוי אחד בארץ" — "שגם בעניני ארץ לא יפרידו מאחד האמת ח"ו".

23) ראה אוה"ת יתרו ע' תתט ואילך.

24) א, ב.

25) בראשית (כרך ו) תתרכז, א ואילך.

26) משלי יד, לד.

27) אותיות ג' ו' י' שהם כנגד המדות, שנחלקין דרך כלל לג' בחינות חסד דין ורחמים (תו"א שם), היינו בחי' ההתחלקות (שלמטה מדרגת כהן גדול שמקומו בירושלים, שלמעלה מהתחלקות כנ"ל בפנים). ומזה נשתלשל עד לבחי' "גוי" למטה, המורה על מציאות בנ"י למטה בעוה"ז הגשמי (בין שאר הגויים להבדיל).

28) תנחומא וארא טו. שמו"ר פי"ב, ג. ועוד.

29) פרש"י ר"פ בראשית.

30) וע"ד המבואר בענין צמצום הראשון (שהוא השרש להגזירה בין עליונים ותחתונים), דכשהי' אוא"ס ממלא מקום החלל לא הי' אפשר להיות מציאות העולמות, אבל לאחר שנתהוו העולמות יכולים לקבל גם האור הזה (שלפני הצמצום), וע"ד המבואר בע"ח (בתחלתו) לענין גילוי הקו, דאם הי' נשאר בתחלה הקו לא הי' אפשר להתהוות הכלים, ואחר שנתהוו גם כשמאיר בהם אור הקו אינם בטלים — המשך תרס"ו בתחלתו (ע' ד). ועיי"ש המשל מהשפעת השכל מהרב לתלמיד, דבאם הי' משפיע לו בתחלה עומק פנימיות חכמתו לא הי' באפשריותו לקבל וצריך להשפיע לו אור מצומצם שלפי ערכו, ואחר שמקבל את האור המצומצם ונתפס ונקלט בשכלו אח"כ ה"ה בא אל עומק פנימיות שכל הרב.

31) יתרו יט, א. וראה תו"א יתרו ד"ה בחודש השלישי (סז, סע"ג).

32) יתרו שם, ב ובפרש"י.

33) דרך ארץ זוטא פרק השלום. וראה ויק"ר פ"ט, ט. פתיחתא דאיכ"ר כ. תנחומא (באבער) יתרו ט. ועוד.

34) אגדה — הובא בר"ן סוף פסחים. חינוך מצוה שו.

35) יתרו שם, כא.

36) וכמו שהי' בעת העשרת הדברות — שעל כל דיבור ודיבור פרחה נשמתן והחזירן בטל של תחי' (שבת פח, א).

37) אסתר ט, כח. וראה רמ"ז בספר תיקון שובבי"ם, הובא ונת' בספר לב דוד להחיד"א פכ"ט.

38) ראה ספרי ופרש"י ואתחנן ו, ו. שו"ע אדה"ז או"ח סס"א ס"ב.

39) פרש"י עה"פ ביום הזה (יתרו יט, א). וראה גם מכתב ר"ח סיון שנה זו (נדפס לעיל ע' 216). וש"נ.

40) ובפרט ע"פ תורת הבעש"ט שהתהוות הבריאה היא בכל רגע ורגע מחדש ממש (תניא שעהיוה"א פ"א), מעצמותו ית', שמציאותו מעצמותו ואין לו עילה שקדמה לו ח"ו כו' (אגה"ק ס"כ).

41) שנת תשמ"ט (כשנאמרה שיחה זו). ולהעיר אשר בשנה זו (תש"נ) הקביעות דג' סיון, ראשון דימי הגבלה, היא ביום ראשון בשבוע.

40) ובפרט ע"פ תורת הבעש"ט שהתהוות הבריאה היא בכל רגע ורגע מחדש ממש (תניא שעהיוה"א פ"א), מעצמותו ית', שמציאותו מעצמותו ואין לו עילה שקדמה לו ח"ו כו' (אגה"ק ס"כ).

42) ראה לקו"ת שה"ש כה, סע"א ואילך.

43) בראשית א, ה.

44) ב"ר פ"ג, ח.

45) ראה שמו"ר רפל"ה. מדרש תהלים כז, א. זח"א רסד, א. יפ"ת לב"ר פ"ג, ו. וראה לקו"ש ח"י ע' 8­7. ס' הערכים­חב"ד בערכו (אור שנברא ביום הראשון). וש"נ.

46) חגיגה יב, א. ב"ר פ"ג, י. פי"א, ו. וש"נ.

47) ראה לקו"ש ח"ז ע' 154.

48) מכילתא יתרו יט, ט. וראה פרש"י שם כ, יט.

49) ראה תו"א יתרו (סז, סע"ג) ש"ביום הזה" (ר"ח סיון) היינו בחי' אור וגילוי כמ"ש (בראשית א, ה) ויקרא אלקים לאור יום.

50) בראשית שם.

51) ראה זח"ג עג, א.

52) יתרו יט, י.

53) ולהעיר שתורה נקנית במ"ח דברים (אבות פ"ו, ו).

54) ראה לקו"ת ראה ד"ה ושמתי כדכד. ובכ"מ.

*54) יתרו יט, יא.

55) ראה לקו"ת במדבר יב, א ואילך.

56) מזמור כג.

57) וראה הכותרת לפני קאפיטל זה בתהלים: כשהי' דוד המלך ביער חרת ולא הי' לו לאכול ולשתות וכמעט יצאה נשמתו והזדמן לו הקב"ה שטעם מעין עולם הבא כו'.

58) פרש"י עה"פ. וראה חדא"ג מהרש"א פסחים קיח, א (הובא ברשימות הצ"צ לתהלים שם (ע' פה)), שה' רועי הוא הלל הגדול, שעם היות שמגביהי לשבת משפילי לראות בארץ.

59) סוף מזמור כח.

60) תניא פל"ו.

61) בשלח טו, יח. וראה אבות ספ"ו.

62) שיחת ש"פ במדבר (חלקה נדפס בסה"ש תשמ"ט ח"ב ע' 7­486).

63) אגה"ק סכ"ו (קמב, ב).

64) ראה ספר השיחות תורת שלום ס"ע 112 ואילך.

65) סז, ג.

66) אגרת הבעש"ט הידועה — נדפסה בכתר שם טוב בתחלתה. ועוד.