תולדות

271

יום א' פ' תולדות ה'תשמ"ו

ברוקלין, נ.י.

צו אַלע אָנטיילנעמער אין דעם פינפטן יערלעכן דינער פון מוסד "ברית אברהם"

ה' עליהם יחיו

דזשערסי סיטי, נ. דזש.

שלום וברכה!

עס האָט מיר געפרייט צו באַקומען די ידיעה וועגן דער יערלעכער מסיבה. דאָס גיט מיר אויך די געלעגנהייט צו באַגריסן די חשובע עסקנים, פריינט און שטיצער פון דעם וויכטיגען מוסד "ברית אברהם", בפרט די אָנטיילנעמער אין דער מסיבה.

ווי דער מנהג באַ אידן צו פאַרבינדן אַלע ענינים מיט דער סדרה פון דער וואָך — בפרט לויט דעם וואָרט פון דעם אַלטן רבי'ן, בעל התניא והשלחן ערוך, אַז "אַ איד דאַרף לעבן מיט דער צייט", ד.ה. מיט דער צייט פון דער סדרה פון דער וואָך; און אַזוי ווי דער דינער קומט פאָר אין דעם ערשטן טאָג פון פ' תולדות, געפינט מען באַלד אין דעם ערשטן פסוק פון דער סדרה אַ הוראה וואָס האָט אַ שייכות צו דער מסיבה, און איז אויך אַ הוראה כללית פאַר אַלע צייטן און ערטער, ווי אַלע הוראות פון דער תורה, תורת­חיים (הוראה בחיים), וואָס איז דאָך אַ נצחיות­דיגע.

חכמינו זכרונם לברכה (און אויך רש"י אויף אַן אָרט) שטעלן זיך אָפּ אויף דעם