תולדות

271

יום א' פ' תולדות ה'תשמ"ו

ברוקלין, נ.י.

צו אַלע אָנטיילנעמער אין דעם פינפטן יערלעכן דינער פון מוסד "ברית אברהם"

ה' עליהם יחיו

דזשערסי סיטי, נ. דזש.

שלום וברכה!

עס האָט מיר געפרייט צו באַקומען די ידיעה וועגן דער יערלעכער מסיבה. דאָס גיט מיר אויך די געלעגנהייט צו באַגריסן די חשובע עסקנים, פריינט און שטיצער פון דעם וויכטיגען מוסד "ברית אברהם", בפרט די אָנטיילנעמער אין דער מסיבה.

ווי דער מנהג באַ אידן צו פאַרבינדן אַלע ענינים מיט דער סדרה פון דער וואָך — בפרט לויט דעם וואָרט פון דעם אַלטן רבי'ן, בעל התניא והשלחן ערוך, אַז "אַ איד דאַרף לעבן מיט דער צייט", ד.ה. מיט דער צייט פון דער סדרה פון דער וואָך; און אַזוי ווי דער דינער קומט פאָר אין דעם ערשטן טאָג פון פ' תולדות, געפינט מען באַלד אין דעם ערשטן פסוק פון דער סדרה אַ הוראה וואָס האָט אַ שייכות צו דער מסיבה, און איז אויך אַ הוראה כללית פאַר אַלע צייטן און ערטער, ווי אַלע הוראות פון דער תורה, תורת­חיים (הוראה בחיים), וואָס איז דאָך אַ נצחיות­דיגע.

חכמינו זכרונם לברכה (און אויך רש"י אויף אַן אָרט) שטעלן זיך אָפּ אויף דעם

272

דיוק הלשון אין דעם ערשטן פסוק: ואלה תולדות יצחק בן אברהם, אברהם הוליד את יצחק, און דערקלערן, אַז די תורה הק' אונטערשטרייכט דערמיט, אַז יעדערער וואָס האָט געזען יצחק'ן האָט באַלד געזען, אַז יצחק איז אברהם'ס זון, און אברהם איז יצחק'ס פאָטער.

דאָס מיינט, אַז ניט נאָר אין אויסערלעכן אויסזען איז יצחק געווען אַזוי שטאַרק ענלעך צו זיין פאָטער, נאָר אויך, און בעיקר, אין זייער גייסטיקן לעבן — אין זייער השקפה און טאָגטעגלעכע הנהגה — זיינען זיי, פאָטער און זון, געווען ניט אונטערצעשיידן. אין אַלע אומשטענדן זיינען זיי שטענדיג געגאַנגען צוזאַמען (וילכו שניהם יחדיו); ניט געווען באַ זיי אַן איבערריס אָדער שפּאַלטונג צווישן דעם "אַלטן דור" און דעם "נייעם דור", נאָר אַ פולשטענדיגער המשך. ווי די סדרה דערציילט אויך ווייטער, אַז יצחק האָט פאָרגעזעצט זיין פאָטער'ס טעטיקייט פון גראָבן וואַסער­קוואַלן (אין מים אלא תורה) און האָט זיי אָנגערופן מיט די זעלבע נעמען וואָס זיין פאָטער האָט זיי אָנגערופן.

דער מוסד "ברית אברהם" שפּיגלט אָפּ דעם אידישן תורה­המשך, זינט אברהם אבינו, דעם המשך וואָס פאַראייניגט אַלע אידן און פאַראייביגט אונזער אידישן פאָלק, עד סוף כל הדורות.

איך בין זיכער, אַז אַלע פריינט פון דעם מוסד וועלן וויסן ווי אָפּצושאַצן די וויכטיגע טעטיקייט פון דעם מוסד און וועלן זיך וואַרעם און ברייטהערציג אָפּרופן צו העלפן אים אָנהאַלטן און אויסברייטערן זיינע טעטיקייטן. דערמיט וועט מען אויך אויסברייטערן די צנורות און כלים צו באַקומען דעם אויבערשטנ'ס ברכות בכל המצטרך בגשמיות וברוחניות גם יחד.

בכבוד ובברכה להצלחה בכל האמור.


ב"ה. ערש"ק פ' תולדות, ה'תשכ"ג

ברוקלין, נ.י.

חברות המערכת סמינר "בית רבקה", כפר חב"ד

ה' עליהן תחיינה

שלום וברכה!

בנועם קבלתי הידיעה אשר לרגלי כניסתן לבנין החדש בשעה טובה ומוצלחת, מתכוננות להוציא לאור חוברת בהמשכים בשם "באהלי רבקה". ואכן נכון הדבר, ויהי רצון שיהי' בהצלחה.

ידוע פירוש חכמינו, ב"ר ר"פ תולדות, זכרונם לברכה, בראשית פרשת שבוע

273

זה, שרבקה היתה כשושנה בין החוחים, שאף שהיתה בסביבה לא טובה ואנשי משפחתה בלתי הגונה וכו' לא רק שלא למדה ממעשיהם אלא זכתה להיות מאמהות אומתנו.

וכיון שמכל ענין צריך ללמוד דרך בעבודת ה', הרי ההוראה היא בפשיטות שאין להתפעל מהסביבה; ובעומק יותר: לכל אחד מישראל, בין איש ובין אשה, יש שתי נשמות, נפש האלקית ונפש הבהמית. והנה נפש האלקית כמו שהיא בגוף, הרי היא כשושנה בין החוחים, חוחי הגוף והנפש הבהמית ועולם הזה הגשמי, ואף על פי כן נדרש ומקווה מכל אחד ואחת שלמרות כל החוחים הסובבים לנפש האלקית, לא תכנע הנפש האלקית אל הסביבה, אלא תשאר בשלימותה ובטהרתה. ובפרט בהנוגע לבנות ישראל, שהן עתידות לבנות בתים בישראל ותפקידה של כל אחת להיות עקרת הבית.

ולא רק רבקה אמנו אלא כל אמותינו היו כך, וכלשון הזוהר (ח"א קכב, ב) על שרה אמנו "נחתת למצרים וסלקת" (ירדה למצרים ועלתה), זאת אומרת שהסביבה המתועבת של מצרים לא רק שלא השפיעה עלי' לרעה, אלא עוד "עלתה", וכן רחל ולאה שיצאו מאותו מקום ומאותה משפחה שיצאה משם רבקה.

ויהי רצון שכל אחת ואחת מתלמידות הסמינר "בית רבקה" תהי' דוגמא חי' כיצד צריכה להיות כל בת ישראל הראוי' לשמה, בת שרה רבקה רחל ולאה, וגם החוברת "באהלי רבקה" תעזור במילוי התפקיד הזה, באופן דמוסיף והולך מוסיף ואור. ובפרט שזכו להיות בסביבה טובה ובארצנו הק', ארץ אשר עיני ה"א בה מראשית השנה ועד אחרית שנה.

בברכה להצלחה ולבשורות טובות.