ספריית חב"ד ליובאוויטש

ויצא

274

ב"ה. יום ראשון פ' ויצא יעקב

ראש חודש כסלו, ה'תשמ"ה

ברוקלין, נ.י.

אל כל בני ובנות ישראל חובבי ומוקירי תורה ומצוה,

ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

עס האָט מיר געפרייט צו באַקומען די ידיעה אַז די צוגרייטונגען צו דער יערלעכער חגיגה פון מרכז הישיבות תומכי­תמימים ליובאַוויטש האָבן זיך שוין אָנגעהויבן. איך האָף אַז אַלע פריינד פון תורה בכלל און פון די ליובאַוויטשער ישיבות בפרט, וועלן זיך מאָביליזירן צו פאַרשטאַרקן די צוגרייטונגען צו דער יערלעכער חגיגה, וועלכע איז אַ וויכטיגער פינאַנציעלער אָנשפּאַר פאַר דעם דאָזיגען העכסט וויכטיגן תורה וחינוך מוסד.

ספּעציעל אַז מ'גייט איצט אַריין אין דעם חודש כסלו, וועלכער ברענגט די סגולה און גאולה טעג פון רבותינו נשיאינו, יו"ד כסלו און י"ט כסלו, און דערנאָך דעם ליכטיגן יום­טוב חנוכה, וואָס זייער בשותפות'דיגער אינהאַלט איז — הפצת היהדות, התורה ומצותי', דורכגעדרונגען מיט דעם מאור שבתורה, די אינערלעכע ליכטיקייט פון נר מצוה ותורה אור.

דאָס איז דאָך דער תכלית און כוונה פון ירידת הנשמה בעולם הזה, וואָס איז אויך מרומז אין דער סדרה פון דער היינטיגער וואָך, ויצא יעקב מבאר שבע, ווי ערקלערט אין תורת החסידות: יעקב פאַרלאָזט זיין היים אין באר שבע בארץ הקודש און גייט אין דער פרעמד, אָבער דוקא דאָרט אין גלות שטעלט ער אויף אַ בית נאמן, מיט צוועלף ג­טלעכע שבטים און דערגרייכט זיין שלימות און מדריגה פון "ישראל" און קערט זיך אום בשלום אַהיים, מיט אַלע קינדער, אַלע אַלס גאַנצע שלימות'דיקע "ישראל קינדער".

ס'איז איבעריג צו אונטערשטרייכן דעם גודל הזכות פון החזקת התורה בכלל און אַזאַ מוסד ווי מרכז הישיבות תומכי תמימים ליובאַוויטש בפרט. זיכער וועט מען זיך משתדל זיין צו העלפן אין די צוגרייטונגען, און דערנאָך באַטייליגען זיך אין דער חגיגה, מיט ברייטהאַרציקייט און שמחה.

דערמיט וועט מען אויך אויסברייטערן נאָכמער די "צנורות און כלים" צו באַקומען דעם אויבערשטנ'ס ברכות אין אַלעס וואָס מ'נויטיגט זיך בגשמיות וברוחניות גם יחד.

בכבוד ובברכת חודש הצלחה בכל.