468

צוגעפּאַסט פאַר דער אויפפירונג פון איינעם וואָס געפינט זיך אין אַזאַ אויסנאַמס נאָענטקייט צו מלך מלכי המלכים הקב"ה; און צוזאַמען דערמיט, אַ טיפער אהבה­געפיל צום אויבערשטן (ווי אויסגעדריקט אין די ווערטער "אני לדודי"), ביים דערהערן און דערפילן די גרויסע און וואַרעמע "הארת פנים" פון דעם אויבערשטן צו יעדן אידן.

* * *

ויהי רצון, אַז יעדער איינער און איינע זאָל אויסניצן די לעצטע סגולה­טעג פון דעם סגולה­חודש אלול390, פון דעם סגולה­יאָר "הי' תהא שנת אראנו נפלאות391" — אין דער פולסטער מאָס,

און מען זאָל גלייך זוכה זיין צו "תבוא אל הארץ אשר ה' אלקיך נותן לך וירשתה וישבת בה", ביז אַז יעדער איד באַזעצט גלייך זיין אייגענעם חלק אין ארץ ישראל,

און ברענגט גלייך ביכורים בפשטות, ובשמחה גדולה, אין דעם בית המקדש השלישי, וואָס וועט געבויט ווערן דורך דעם אויבערשטן אַליין392, מקדש אדנ­י כוננו ידיך393, ומעשה ידינו כוננהו394,

אין דער גאולה האמיתית והשלימה דורך משיח צדקנו, יבוא ויגאלנו ויוליכנו קוממיות לארצנו, תיכף ומיד ממש.

בכבוד ובברכת כתיבה וחתימה טובה

לשנה טובה ומתוקה


390) דעם סגולה­חודש אלול: שבו הוא זמן התגלות י"ג מדות הרחמים — לקו"ת ד"ה הנ"ל שם (לב, א­ב). ד"ה זה הב' ס"א (לג, א). שם ד"ה ושמתי כדכד הא' ס"א (כד, ד). מאמרי אדהאמ"צ דברים ח"ב ס"ע תכב ואילך, ובהנסמן שם בהערה ד"ה הנזכר בספרי הקבלה.

391) הי' תהא שנת אראנו נפלאות: ראה בארוכה מכתבים כלליים לחג הפסח שנה זו *.

392) בית המקדש השלישי, וואָס וועט געבויט ווערן דורך דעם אויבערשטן אַליין: פרש"י ותוס' סוכה מא, סע"א. תוד"ה אין — שבועות טו, ריש ע"ב. זהר ח"א כח, א. ח"ג רכא, א. תקו"ז תיקון ח. פרש"י עה"פ מקדש אדנ­י כוננו ידיך.

393) מקדש אדנ­י כוננו ידיך: בשלח טו, יז.

394) ומעשה ידינו כוננהו: תהלים צדי"ק, יז (טו"ב). ובמדרש תהלים עה"פ: לעתיד לבוא אני אבנה אותו ומשרה שכינתי בתוכו ואינו חרב לעולם.


*) נדפסו בסה"ש תנש"א ח"ב ע' 883 ואילך. המו"ל.