177

כ. איז דער ביאור אין דעם:

מיט'ן ברענגען דעם פסוק והתודו גו', און מיט'ן מדגיש זיין אַז דער פּסוק איז בתורה, וויל ער זאָגן, אַז די נויטיקייט פון וידוי ובקשת מחילה צו תשובה איז ניט גלייך צו די אַנדערע ענינים וועלכע נויטיקן זיך צו תשובה, דערמיט וואָס דער ענין הוידוי שטייט אין תורה.

[ניט נאָר וואָס וידוי ובקשת מחילה איז ניט גלייך צו תענית, וואָס ער איז לגמרי ניט נוגע צו כפּרה ומחילת העון

(וואָס דעריבער ווערט עס איבערהויפּט ניט דערמאָנט אין רמב"ם און סמ"ג, וכהלשון באגה"ת "לא הזכירו הרמב"ם והסמ"ג שום תענית כלל"),

ער איז נוגע בלויז "שיהי' לרצון לפני ה' כו' כקודם החטא", ווי ער זאָגט אין צווייטן פּרק, נאָר ער איז אויך ניט גלייך צו די ענינים וועלכע זיינען יע נוגע צו תשובה און כפּרה — דערמיט וואָס ער שטייט אין תורה].

ס'זיינען פאַראַן ענינים אין תשובה וועלכע זיינען ניט קיין פּרט אין מצות התשובה גופא,

[און אין זיי גופא זיינען פאַראַן כמה סוגים: א) אַז די תשובה זאָל זיין בימי בחרותו כו', וואָס דוקא דאַן איז עס אַ תשובה גמורה און אַ תשובה מעולה, כאָטש אַז אויך "אם לא שב אלא בימי זקנותו כו' מועלת היא לו ובעל תשובה הוא" (רמב"ם הל' תשובה רפ"ב). ב) השבת הגזילה און ריצוי חבירו, וואָס אָן דעם איז "אינו נמחל לו" (רמב"ם שם ה"ט). אָבער פונדעסטוועגן, איז אויך השבת הגזילה ניט קיין פּרט אין מצות התשובה גופא],

משא"כ "והתודו גו'" איז כתוב בתורה, ביי דעם ענין פון מצות התשובה. וואָס דעריבער דערמאָנט עס דער רמב"ם אויך אין ספר המצות (מ"ע עג).

כא. וואָס איז טאַקע נוגע דעם אַלטן רבי'ן צו מדגיש זיין אַז וידוי איז אַ פּרט אין תשובה מן התורה?

וועט מען דאָס פאַרשטיין בהקדים נאָך אַ קושיא: וויבאַלד אַז "והתודו גו'" איז יע אַ חלק פון מצות התשובה כנ"ל, איז דאָך בתחילת הענין ווען דער אַלטער רבי טייטשט אָפּ וואָס מצות התשובה איז, האָט ער דאָרט געדאַרפט דערמאָנען ניט בלויז "עזיבת החטא", נאָר אויך וידוי?

מוז מען זאָגן, אַז מיט זיין זאָגן אַז מצות התשובה איז "עזיבת החטא בלבד" מיינט ער צו שולל זיין אויך וידוי. (וכדמוכרח פון דעם דין וואָס ער ברענגט פון סנהדרין און חו"מ, וואָס דאָרט ווערט ניט דערמאָנט ענין הוידוי כלל. ועאכו"כ מקדושין (קדושין מט, ב. אה"ע סל"ח סל"א) — שמפורש שרק הרהר).

ועפי"ז מובן וואָס ער איז מדגיש אַז וידוי איז כתוב בתורה, בכדי צו מאַכן קלערער אַז דאָס וואָס ער זאָגט פריער "מצות התשובה מן התורה היא עזיבת החטא