202

תשו"ת בשם תשובה סתם. און וויבאַלד אַז תשובה איז מכפּר אויף אַלע חטאים, מוז מען דאָך זאָגן אַז אויך תשו"ת (הנקראת בשם תשובה סתם) איז מכפּר אפילו אויף פּגם הברית60. ומ"ש בזהר שאין תשובה [תתאה] מועלת לפוגם בריתו, איז עס בלויז בנוגע לתיקון הפּגם. אָבער בנוגע צו ווערן אויס רשע און שבירת מחיצה של ברזל המפסקת בינו לאביו שבשמים (וואָס כל זמן ס'איז דאָ די מחיצה איז "א"א להתחיל לעבוד ה'" — תניא ח"א פי"ז), איז דאָס ווערט אויפגעטאָן אויך דורך תשובה תתאה.

נב. נאָך אַן ענין אין דעם: פון דעם וואָס תשובה תתאה ווערט אָנגערופן בשם תשובה סתם איז מוכח אַז זי איז כולל אין זיך כל הבחינות שבתשובה61. (וכמשנת"ל סעיף יד, וועגן די פיר פּסוקים אין וועלכע עס ווערט נרמז כל הד' הבחינות שבתשובה, וואָס דער אַלטער רבי ברענגט (לעיל פ"א) אויף די תשובה "לבל ישוב עוד לכסלה למרוד במלכותו ית'" — ווייל אויך די תשובה דה' תתאה — בחינת מלכות — איז כולל אין זיך די בחינות התשובה שבכל ד' האותיות).

והביאור בזה: די תנועה פון תשובה איז (ניט קיין תנועה פון התפּשטות און מציאות, נאָר אדרבה —) דער אַרויסגיין פון זיך, ביטול מציאותו הקודמת. (און די תנועה איז אויך62 אין די נידעריקסטע דרגא פון תשובה — "יעזוב רשע דרכו וגו'"; אָפּלאָזן (און אַרויסגיין פון) זיין דרך). און וויבאַלד אַז תנועת התשובה איז ביטול, איז ניט שייך צו טיילן אין דעם פון תשו"ת ביז תשו"ע.

וע"ד הידוע63 בענין ההפרש שבין אהבה ליראה, אַז אין אהבה, וויבאַלד אַז ענינה איז מציאות והתפשטות, איז יעדער מדריגה שבאהבה אַן ענין בפ"ע. משא"כ יראה, וויבאַלד אַז ענינה איז ביטול, קען מען ניט פאַנאַנדערטיילן צווישן יראה תתאה און יראה עילאה, ווייל דער עצם מהות היראה — תנועת הביטול — איז אין ביידן בשוה.

ביז אַז אפילו יראת העונש (און ניט נאָר יראה פון עונשים שלמעלה, נאָר יראת הרצועה, וואָס ער האָט מורא אַז אַ בו"ד זאָל אים שלאָגן), וויבאַלד ס'איז אַ תנועה פון יראה וביטול, זאָגט מען אויף דעם, אַז פנימיותה ואמיתית מהותה איז די יראה


60) להעיר מח"א פ"ז (יב, סע"א).

61) וע"ד המבואר בח"א פל"ז (מח, ב) הטעם על מה שצדקה נקראת בשם מצוה סתם לפי שבה נכללים כל המצות (כי בכל מצוה מתעלה רק כח אחד מנפש החיונית, ובצדקה — כללות כח נפשו החיונית).

מהמבואר בתניא שם הטעם על מה שצדקה נקראת מצוה סתם "מפני שהיא עיקר המצות מעשיות ועולה על כולנה", מובן שעד"ז הוא גם בנוגע לתשו"ת. וראה הערה הבאה.

62) ואדרבה: מכיון שבבחי' זו לא ישנו ענין הגילויים, הרי בה דוקא ה"ביטול" הוא ביותר, שע"י התשובה הוא יוצא לגמרי ומתבטל ממהותו הקדום. (משא"כ בתשו"ע, מכיון שהתשובה הוא מצד הרגש גילוי אור העליון, הרי גם בעת התשובה (והביטול) יש בה התערבות הרגש האדם). וראה ד"ה שובה תרע"ג קרוב לסופו שהתשובה דבחי' נפש מגעת למעלה יותר מהתשובה דבחי' רוח ונשמה. עיי"ש.

63) ראה תו"א קיד, ריש ע"ד. ביאוה"ז פא, א­ב. קונטרס העבודה פ"ג (ע' 18).