ספריית חב"ד ליובאוויטש
יום א', ג' תמוז תרפ"ז
בהיותו בבית הנתיבות, בעמדו במרכבה טרם צאת המסע, בעת ברכת הפרידה, פנה אל קהל העומדים שם ללוותו, ויאמר:
מיר1 בעטען באַ השי"ת2, יהי ה' אלקינו עמנו כאשר הי' עם אבותינו אל יעזבנו ואל יטשנו3, השי"ת זאָהל זיין מיט אונז, און וועט זיין מיט אונז כאשר הי' עם אבותינו, הגם מיר זאיינען דאָך ניט גלייך צו אבותינו, וועלכע זיינען געווען בעלי מסירת נפש בפועל ממש צוליעב תורה און מצות, וכמו4 מאמר הידוע וועלכער אחד מאבותינו הקדושים זצוקללה"ה האָט געזאָגט5 (בעת די אַלטע מלוכה האָט געפאָדערט פון רבנים מאַכען שנוים אין חינוך, אין מצב הרבנים והרבנות):
ניט מיט אונזער ווילען זיינען מיר אַוועק פון ארץ ישראל און ניט מיט אונזערע כחות וועלן מיר צוריק קומען קיין ארץ ישראל.
אבינו מלכנו ית' האָט אונז פאַרטריבען אין גלות והוא ית' וועט אונז אויס לייזען, ויקבץ נדחנו מארבע כנפות הארץ ויוליכנו קוממיות ע"י משיח גואל צדק לארצנו הקדושה במהרה בימינו אמן.
אָבער דאָס דאַרפען אַלע עמים וואָס זיינען על פני האדמה וויסען, אַז נאָר אונזערע גופים זיינען איבערגעגעבען אין גלות ושעבוד מלכיות, אָבער אונזערע נשמות האָט מען אין גלות ניט פאַר טריבען און אין שעבוד מלכיות ניט איבערגעגעבען.
מיר דאַרפען זאָגען גלוי לעין כל, אַז וואָס עס איז נוגע צו אונזער דת, תורה ומצות ומנהגי ישראל, האָבען מיר אידען אויף זיך ניט קיין דעה זאָגער6, און קיין שום צווינג קראַפט טאָר אויף דעם ניט אויסגעניצט ווערען.
מיר מוזען זאָגען מיט דער גרעסטער שטאַרקער אידישער עקשנות, מיט דעם טויזענט יאָריגען אידישען מסירת נפש7 — אל תגעו במשיחי ובנביאי אל תרעו8.
אָט אַזוי האָט גערעט אַ מסירת נפש איד, און מיר האָבען ניט אפילו די ריכטיגע שטאַרקייט זאָגען אָפען פאַר דער גאַנצער וועלט און ווייזען די מעשים תעתועים, וואָס די עטלעכע הונדערט צו ווילדעוועטע אידישע אינגלעך טוען איבער אידען און אידישקייט. אַלע ווייסען אַז דער געזעץ ערלויבט אונז לערנען תורה און היטען מצות (מיט געוויסע הגבלות) נאָר די מסירות און עלילות פירען אונז אין די טורמעס און אין די קאַטאָרגעס9.
און דאָס איז אונזער בקשה מהשי"ת אל יעזבנו ואל יטשנו, דער אויבערשטער זאָל אונז געבן די ריכטיגע שטאַרקייט ניט נתפעל ווערען פון די יסורי הגוף ואדרבה לקבולי בשמחה10, אַז יעדער עונש ח"ו וואָס מיר קריגען פאַר אויס האַלטען אַ חדר, פאַר לערנען תורה, פאַר היטען מצות, דאַרף אונז געבען מער שטאַרקייט אין דער הייליגער אַרבייט פון חיזוק היהדות.
מיר דאַרפען געדיינקען אַז טורמע און קאַטאָרגע איז מער ניט ווי אַ צייטווייליגע זאַך, און תורה ומצות וישראל זיינען אייביג.
זייט אַלע געזונט און שטאַרק אין גשמיות און אין רוחניות, איך האָף להשי"ת אַז מיין צייטווייליגער עונש וועט בעזה"י בריינגען אַ פרישען קראַפט אין דעם אייביגען חיזוק היהדות, און עס וועט מקוים ווערען אַז יהי ה' אלקינו עמנו כאשר הי' עם אבותינו אל יעזבנו ואל יטשנו ולכל בנ"י יהי' אור11 ברוחניות ובגשמיות.
1) נדפס בסה"מ תרפ"ז ע' קצה ואילך (מגוכי"ק). ובשינויים והוספות בסה"מ קונטרסים ח"א קעה, ב ואילך*.
שיחה זו הובאה ונתבארה בד"ה יהי ה"א עמנו תשכ"ד (סה"מ מלוקט ח"ד ע' רצט ואילך). לקו"ש ח"ג ע' 784. בשיחות: ש"פ משפטים תשי"א ס"י (תו"מ התוועדויות ח"ב ס"ע 242 ואילך). יג תמוז תשט"ו ס"ה (שם חי'ד ע' 183 ואילך). ש"פ קרח תשכ"ד. ש"פ קרח תשל"א. ש"פ בלק תשמ"א. ג תמוז תשמ"ב ס"ו (התוועדויות תשמ"ב ח"ג ע' 1703 ואילך). ועוד.
5) ראה ספר השיחות תורת שלום ע' 221 הערה 6. אגרותקודש ח"א ע' רמט. ח"ט ע' תכח. חי"ג ע' תעו. ספר השיחות תש"ב ע' 111. תש"ה ע' 29.
*) בסה"מ קונטרסים שם, שהשיחה היא "רשימה מאחד השומעים". אבל גם הנדפס בסה"מ קונטרסים וכו' הוא מכ"ק מו"ח אדמו"ר (שהגיהו עוד הפעם כשמסרו לדפוס), להודיע — הנרשם שם "רשימה מאחד השומעים" — כי רצה שיהי' בעילום שם. — לקו"ש חכ"ג ע' 158 הערה 13 בשוה"ג.