ש"פ פינחס, ט"ז תמוז, תרפ"ז

173

א. [במשך ההתוועדות אמר כ"ק אדמו"ר כמ"פ:] דאָס איז דאָך די סעודת הודאה1.

ב. עס איז דאָך די צייט וואָס ו­הפכתי אבלם לששון2 דער אויבער­שטער זאָל געבן אַז מען זאָל אָנהויבן זעצן פאַר ניט לערנען.

חסידות איז ניט קיין זמן, דאָס הייסט מצד הבריאות, נאָר פאַרבריינגען האָט מען אפילו יאָ געדאַרפט, נאָר כו'.

מען שאָקלט זיך און מען שאָקלט זיך, און צו דער זאַך גייט מען ניט צו. עס איז שווער צו ריידן, ס'איז טאַקע דער דוחק הפרנסה, אַז ס'קיין צייט ניטאָ אויף לערנען, און אַז מען לערנט איז לבו בל עמו, ווען דער אויבערשטער זאָל געבן אַז ס'זאָל זיין מתוך הרחבה, וואָלט ער בעסער מאַכן, נאָר מען דאַרף דאָך פאָרט צו גיין צום אמת.

מען דאַרף אָנטאָן דעם ראַיינעץ, דער ענין פון חסידות איז אַז וואָס אין מוח זאָל אַראָפּקומען אין מדות, און עס זאָל זיין די התאחדות פון מוחין און מדות, און עס זאָל אַראָפּקומען אין עבודה בפו"מ.

ב. דער רבי (רבינו הזקן) בעת ער איז געקומען פון פּעטערבורג, האָט ער געזאָגט פאַר'ן מיטעלן רבי'ן אַ מאמר (אינגאַנצן עטלעכע שורות) וואָס הויבט זיך אָן "שאו ידיכם קודש".

עס איז ידוע3 אַז דער מיטעלער רבי


1) בשבת זו עלה כ"ק אדמו"ר לתורה ובירך ברכת הגומל**, ובעת הסעודת הודאה (בעת הקידוש) אמר המאמר ברוך הגומל (הב'), ובסעודת שבת קודש בסעודת הודאה אמר המאמר שאו ידיכם קודש (המאמרים נדפסו בסה"מ קונטרסים ח"א קפד, ב ואילך. קפח, א ואילך. סה"מ תרפ"ז ע' ריא ואילך. ריז ואילך).

2) ירמי' לא, יג.

3) ראה ספר השיחות תורת שלום ס"ע 213 ואילך. בית רבי ח"ב פרק א (ב, ב [צב, ב]) הערה ג.


**) הטעם שהמתין בברכת הגומל עד יום השבת — ראה לקו"ש חכ"ח ע' 149 הערה 9. רשימת ט"ז תמוז תש"ב (חוברת לא ע' 13).