ליל שמח"ת — אחר הקפות בסעודה — תרפ"ז

114

א. [אמר לרמ"ש שיקח משקה, וה­שיב: איך קען ניט. ואמר כ"ק אדמו"ר:] כל דבר שבעתו דאַרף מען קענען. שיין וואָלטן מיר אויסזען אַז מיר וואָלטן טאָן נאָר וואָס מען קען, בעתו ובזמנו מוז מען דאָך.

[ושאל רמ"ש: און תשובה? ואמר כ"ק אדמו"ר:] בתשובה יש ב' מדריגות, רע גמור דאַרף ניט זיין, און אויב עס איז פאַראַן דאַרף מען תשובה טאָן (ואינו שייך לזמן וכו'), ומדריגה הב' הוא מה שכתוב שצריך להיות כל ימיו בתשובה1, וזה שייך לזמן, ועתה הוא עת שמחה, וצ"ל שמחה.

ב. [הרמ"ש התאונן על שפלות עצמו. ואמר כ"ק אדמו"ר:] בשנת רס"ג אמר כ"ק אאמו"ר נבג"מ: כשם שצריכים לידע חסרונות עצמו כן צריך לידע מעלותיו2.

[ושאל לרש"ל: דו געדענקסט? והשיב יע].

אַזוי ווי מ'טאָר זיך ניט הויבען אַזוי טאָר מען זיך ניט וואַרפן אומזיסט, צריך לידע מדריגת עצמו כפי שהיא לאמי­תתה. פון רקבון אַליין קען קיין צמיחה ניט זיין, עס דאַרף זיין דאָס אויך, אָבער צמיחה בפועל איז פון זריעה.

ע"י הטוב יכולים לידע את הלא טוב, מהידיעה של סובב וממלא קען מען דערהערן פחיתות עצמו. ויובן זה עפמשנ"ת בהדרוש שיש שני בחינות ב­ביטול, ביטול בבחינת התכללות וביטול של העדר תפיסת מקום, ואם כי הביטול הא' הוא למעלה במדריגה, מ"מ יש מעלה בהביטול של העדר תפיסת מקום. שבביטול הא' שהוא בבחי' התכללות איז דאָך ניט ער, שהרי נכלל כו'; אבל בביטול הב' יש בזה די צובראָכנקייט וואָס ער ווערט איבערגעבראָכן, וואָס דאָ בלייבט די צובראָכנקייט.

ג. חסידות האָט אויפגעטאָן צוויי ענינים: א) דער חיות אין עבודה בפועל (וואָס צו פועל זיינען אַלע שייכות, און


1) שבת קנג, ב.

2) ראה אגרות­קודש ח"ה ע' נא (הועתק ב"היום יום" כו חשון). ספר השיחות ה'שי"ת ע' 386. וראה שיחת ו' תשרי תשמ"ב.