ספריית חב"ד ליובאוויטש
י"ט כסלו, תרפ"ז
— הנחה ב' —
א. מיר חסידים האַלטן ניט פון קיין הקדמה, נאָר די מעשה1 אַליין איז השכלה און עבודה. מ'האָט געדאַרפט לייענען די מעשה1 בדיוק און דערציילן איר אנשטאָט דעם וואָס מען ווייס ניט מעשיות בדיוק. וואָס אַמאָל האָט מען דאָס אָנגערופן קטנות המוחין, וואָס זיי
פּועל'ן אַ הגדלה, איינער האָט געהערט פון יחידות אָדער אַ מופת און ביי אים איז דאָס נתגדל געוואָרן און דערציילט דעם צווייטן און ביי דעם צווייטן איז דאָס אויך נתגדל געוואָרן. ווען מען וואָלט וויסן בדיוק האָט מען געדאַרפט דערציילן.
ב. והמשכילים יזהירו כזוהר הרקיע2. אַ מלמד איז מאיר, אַ רב איז ער מאיר איז גוט, טאָמער ניט מאַכט מען אַז ער זאָל מאיר זיין [ושאל הרב רפאל3: אַ רב איז דאָך אויך אַ מלמד, נאָר ער גייט בטל. ואמר כ"ק אדמו"ר:] ער פאַרשטייט די זאַך, נאָר אַ מלמד איז פּשוט וואָס ער איז מלמד תינוקות של בית רבן, אַ רב לערנט דאָך ניט מיט קינדער, אפילו אויב ער לערנט מיט בעלי בתים אָבער דאָס איז ניט וואָס כל העולם קורא מלמד.
ג. [אמר לאחד הרבנים:] גענוג צו ספּעקולירען4 מיט מסירת נפש, ביז איצט איז געווען אַ געשעפט מס"נ אויף. . . והדומה, מען איז געווען צוטראָגן עס איז געווען מבלי סדר, איצט איז אַראָפּ די ספּעקולאַציע כו' מס"נ, ישחקו הנערים, שוין אַראָפּ אַלע העלמות והסתרים פון תורה ומצות, אין געכן וועט מען בענקען נאָך מס"נ, מ'וועט דערמאָנען שלמה חיים*4 איז וואו נעמט מען דאָס איצט.
פון פ' ביז פ"ז — התחלת השנה איז דאָך כרוב השנה — איז געווען חג"ת נה"י, און היינט הויבט זיך אָן מוחין, חב"ד. מ'דאַרף לערנען חסידות, העלמות והסתרים האָט מען אַראָפּגענומען אַ דאַנק דעם אויבערשטן.
עס איז פאַראַן בעלי בתים וואָס זיי איז נוגע אין פנימיות הלב דער ענין פון אחד כו'.
זיי זיינען רגלי דשכינתא, געזונטע פיס זיי זאָלן געזונט זיין, זיי וועלן אויסטרעטן אַלע גאַסן און געסלעך און זיי וועלן מאיר זיין אין מוח ולב, זיי דאַרפן זיך נעמען צו זייער אַרבעט, אַראָפּ ספּעקולאַציע, די פיס גייען אומעטום און די קעפּ קענען וויסן אומעטום ניט גייענדיק, מוח ולב אָן רגלים לא יעלה ולא יבא — קענען ניט זיין, און רגלים אָן מוח ולב לא יעלה ולא יבא — קענען ניט לעבן, מוח ולב דאַרפן זיך נעמען צו זייער אַרבעט.
מ'דאַרף לערנען חסידות און דאַוונען נאָר ניט לערנען די השכלה פון חסידות. איך מיין ניט שולל זיין די השכלה פון חסידות. נאָר ניט דער עיקר דאַרף זיין שכל, שכל איז טרייף און פּסול, נאָר דער שכל זאָל זיין אין דעם אלקות פון חסידות, ער דאַרף נכלל ווערן אין אלקות. דער שכל דאַרף ווערן שכל אלקי, אַזוי ווי דער כח המשכיל און דער חומר המוח. מ'דאַרף ניט וועלן אָפּלערנען גאַנץ חסידות, לאו כל מוחא סביל דא, מ'דאַרף אָפּלערנען דריי שורות נאָר כו'.
ד. [אמר להרב רפאל3:] עס קערט זיך די וועלט מקצה העיר ועד קצהו. מ'איז אַלע פאַרנומען וועגן דער מקוה, דער רב לערנט ניט דערווייל כו', דו לערן די מקוה וועט מען איספּראַווען. אין נעוול דאַרפן פיר הונדערט בעלי בתים הערן חסידות ווי אַלעמאָל איז געווען (צי פון
אלי' צי פון רפאל'ן), פון די פיר הונדערט פלעגן צוואַנציק פאַרשטיין און די איבעריקע דאַרפן הערן די ווערטער, און די דאַרפן מאַכן די מקוה, און דו דאַרפסט לערנען חסידות, צי האָט איינער אַמאָל געטראַכט וועגן בשר בצלחת, צי איז ער געגאַנגען אין קיך אַ קוק טאָן וואָס קאָכט זיך דאָרט, רשפּי אש איז דאָך גאָרניט. עס דאַרף זיין אהבה הנמשכת כמים, און עס דאַרף זיין שפיכת הנפש אויסשפּייען די נשמה, וואָס דאָס איז שפיכת הנפש.
[הרב התחיל להתנצל ולהתאונן, ואמר כ"ק אדמו"ר:] וועגן פּועל דאַרף מען ניט טראַכטן, מ'דאַרף זיין העכער פון דעם. אַז דו באַגעגנסט אַ איד וואָס זיין אינגל לערנט דאַרף זיך ביי דיר ממילא רעדן (דער רב דאַרף זיין אַ רב און מען דאַרף דאָך האָבן אַ מקוה והדומה, סדר הישראלי — אַ רב, אַ שוחט, אַ מלמד, וכל הגדול גדול כו', איז דער גדול באמת איז דאָך אַנדערש, אָבער די רבנים איז דאָך כל הגדול גדול כו').
אַז איר קומט אַהערצו דאַרף מען אַריינגיין און דערציילן וואָס פריער וואָס איצטער, און וואָס טאָן, און אויב נאָר זען זיך האָט איר ניט וואָס צו קומען אַהער, מ'קען זיך זען מיט אַ 7 מיט אַ 8 קאפּעצנע מאַרקע (איך ווייס ניט, חאַציע5 און חיים6 קלעפּן מאַרקעס, איך האָב אויך אַ קעסטעלע מאַרקעס נאָר איך ווייס ניט. איך פרעג אַלעמאָל צי 7 צי 8 ק'), איר קענט קומען אין פעטערבורג. . . נאָר ניט אין ליובאַוויטש, בעלי בתים מאַכט ניט אויס7.
ה. [אמר להרב א"א:] דו זאָלסט לערנען חסידות, וועט ממילא זיין אַלץ ווי עס דאַרף צו זיין.
[ושאל הרב הנ"ל: הלא זהו מדריגת צדיק, בדרך מלמעלה למטה? ואמר כ"ק אדמו"ר:] ניט אַזוי מיין איך, איך מיין אַזוי, אַז דו וועסט דאַוונען ביז דריי אַזייגער און דער בעה"ב וועט ממילא ניט איבערטראַכטן וועגן דיין זמן תפילה, איז איין איד וועט אָפּדאַוונען און אַוועק גיין אין מאַרק, או איין איד וועט אָפּדאַוונען און זעצן זיך לערנען אַ פּרק משניות, און דערנאָך וועסטו גיין עסן וואַרמעס, און ניט מען זאָל וואַרטן אויף דיר און טאַקע עסן אַ פאַרברענטע און דו וועסט קומען צוריק אין שול וועסטו טרעפן אַז דער בעה"ב האָט אָפּגעדאַוונט מנחה און אַוועקגעגאַנגען אין מאַרק און דער אַנדערער האָט זיך אַוועקגעזעצט לערנען.
ו. איר רבנים דאַרפט קיין געלט ניט האָבן, נאָר וואָס זיי דאַרפן ניט קיין מותרות, טאָמער דאַרף ער אויף חתונה מאַכן אַ טאָכטער וועט זיין, טאָמער
דאַרף ער עפּל צוליב כיבוד דאַרף מען, נאָר ער זאָל ניט עסן.
איך וואָלט זאָגן אַז אַלע רבנים זאָלן אָנטאָן זיידענע זופּיצעס.
טאָמער האָט אימיצער עטלעכע פינפערלעך זאָל ער זיי אַוועקגעבן, וואָרום מען וועט ביי אים אַלץ איינס אָפּנעמען, ער וועט נאָך זיצן. . . רפאלאוויץ האָט געהאַט געלט און איצטער האָט ער זיי ניט, אַזוי דאַרף זיין, איך ווייס פון זיך, איך האָב געגעבן באַהאַלטן ז"וו אַ קעסטעלע, איז די זילבערנע גלעזלעך האָט ער. . . און די קעסטעלע שטיינדלעך איז ניט געוואָרן.
ז. רבנים וועלן קיין געלט ניט האָבן, די זעלבע זאַך וואָלט איך ווינטשען שוחטים אויך, בעלי בתים דאַרפן האָבן געלט נאָר זיי זאָלן געבן חומש ומעשר, און אויב ניט דאַרפן זיי קיין געלט ניט.
יענקל8 זאָלסט איבערגעבן די בעלי בתים אַז אויב זיי ווילן האָבן זייער געלט זאָלן זיי געבן חומש ומעשר, ניט זאָלסט נעמען ביי זיי אַ דרייערל, זאָל ער לאָזן זיך אַ דרייערל, לאחר אַלע זיינע הצטרכותן דאַרף ער האָבן אַ דרייערל, עס איז ניט נוגע, זאָל ער געבן דיר זאָל ער געבן וועמען ער וויל, זיינע קרובים ווי דער דין איז.
ח. [אמר לר"י הקצב:] וואָס הערט זיך ביי דיינע קצבים? זאָלסט מאַכן אַ חברה תהלים, אַ חברה עין יעקב. [ואמר כ"ק אדמו"ר: דאַכט זיך אַז חיים איז אויך דאָ, ואמר לשניהם:] איר זאָלט אויך גיין צו תהלים, סיידן בעת נסיעתכם לפ"ב במסחר הבשר. איר ווייסט ווען איר זאָלט רעדן וועגן דעם אויפן מאַרק בעת איר גיט אַ טאַפּ די בהמה צי פאַלט אָפּ די אונטרשטע. . . [ואמר לר' משה:] דו זאָלסט אויך רעדן וועגן דעם, דו דאַרפסט ניט זיין קיין שוחט נאָר דו ביסט דאָך פאָרט אַ שוחט, ישראל מיט חיים'ען זיינען ניט קיין קצבים, איך האָב געזען ווי חיים דאַוונט נאָר איך וועל ניט רעדן וועגן דעם, און אַזוי ווי איך וויל ניט רעדן מכח חיים'ן וויל איך ניט רעדן וועגן דיר, אפשר וועט דאָך אייך פאַרדריסן, נאָר זיי זיינען דאָך פאָרט קצבים, זיי זיינען למעלה קצבים און דו ביסט אַ שוחט, דאַרף מען אויפטאָן.
ט. [מצד אחד של כ"ק אדמו"ר עמד המיול"ח הרמ"ש9 ומצד שני עמד אחיו ר' ל.10, ואמר כ"ק אדמו"ר:] אַ גרויסער רחמנות אויף אייך בכלל און אויף דיר בפרט, וואָס איר האָט ניט געקענט דעם טאַטן11.
י. [נתן לאחד כוס משקה מתוקה ואמר:] ח"ו מ'דאַרף אים געבן די בעסטע,
ביי אונז איז נאָר ווייכע און זיסע, וואָרום באמת איז דאָך וחשב מחשבות לבלתי ידח ממנו נדח12, און סוף כל סוף וועלן אַלע נתקרב ווערן, נאָר מ'האָט דאָך גערעדט אין רס"ג בענין שבירת הגשם, דאַרף מען ניט וואַרטן אויף דעם, עס איז דאָך ה' יחתו מריביו13 ה' תרעץ אויב14, איז אַ אוהב דאַרף ניט וועלן וואָס אַ אויב, ער קען ניט צונעמען וואָס אַ אויב.
יא. [נתן משקה לר"ד, וביקש ר"ד שיתן לו פון אַ גאַנצער בוטעל. ואמר כ"ק אדמו"ר:] דער בעש"ט האָט מגלה געווען און דער מגיד האָט מבאר געווען און דער רבי האָט אַראָפּגעטראָגן אין השגה הענין של השגחה פּרטית. עס איז פאַראַן השגחה פּרטית וויפל מאָל די בלעטל זאָל זיך איבערקייקלען15, און ווי זאָל זי נח זיין, און ווער זאָל אויף איר טרעטן, אַ איד גייט דורך פאַרן דאַוונען און זאָגט דערווייל פון פאָרנט כדי אָנהויבן אין שול פון הודו פון ברוך שאמר, אָדער עס גייט דורך סתם אַ איד וואָס טראַכט וועגן דעם בלעטל.
דער רבי בעת ער פלעגט איבערלייגן די האַנט פון איין אָרט אויף דעם אַנדערן איז דאָס געווען בדוגמא שלמעלה16. איך גיב דיר פון דער בוטל דאַרפסטו ניט בעטן פון דעם אַנדערן, ווער עס איז דאַרף זיין בדוגמא שלמעלה, זאָל זיין איך, דאַרף מען דאָך ווערן אויס איך, איז ממילא דאָס אויך גע'פּועל'ט, איך בין מערניט ווי אַ משפּך, דער גוף איז מוגבל איז אַריבער אין אַ אנדער גוף, טאָמער איז די תמונה ניט אַזוי איז דאָך דאָס מיר נוגע עד תו"ס כו', און אַזוי ווי איך וויל ניט רעדן וועגן אייך וויל איך ניט רעדן וועגן זיך.
יב. בטוח אני אַז בימי וועט קומען משיח17. מיר זיינען שוין כלים צו דער גילוי המשיח בפּועל, איך בין דאָך אַ יונגערמאַן אין די מיטעלע יאָרן, וועלן מיר אי"ה זוכה זיין צו גילוי המשיח. פאַראַן טויזנט דריי הונדערט זעכציק שטעט אין רוסלאַנד וואו עס וואוינען אידן, און אין יעדער שטאָט איז פאַראַן אידן וואָס לערנען, בעה"ב "רגלי דשכינתא", פאַראַן אַזעלכע בעה"ב וואָס ראויין שתשרה עליהם שכינה כמשה רבינו ע"ה.
יג. [אמר לאחד:] דו ביסט אַ ריבינסקער, זאָלסט אין ריבינסק זיין אַ ריבינסקער. אַז דו קומסט אַהערצו ביסטו אַ ריבינסקער נאָר אין ריבינסק זאָלסטו זיין אַ ריבינסקער איד, אויב ניט ביסטו דאָ אויך ניט קיין ריבינסקער. און אַזוי חרקוב, קיוב, כו'.
די גבאים דאַרפן זיך לייגן אויפ'ן טראָטואַר18 און בעטן זיך אַז מען זאָל קומען צו זיי אין שול, און ניט אָפּזאָגן זיך פון גבאות וויילע ער האָט מורא טאָמער וועט
מען עם. . . טאָמער וועט מען עם יע אַרעסטירן איז פון דעם נחת רוח למעלה מ'מעג. . . טאָמער וועט זיך געפינען אַ שייגעץ וואָס זאָגט אַז מען טאָר ניט. . . איז אַ שקר גמור.
יד. מאסרו של רבנו זצוקללה"ה שהי' בשנת תקנ"ט הי' צריך להיות הרבה שנים מקודם, אך כאשר נתודע זאת להרה"צ ר' זוסיא מאניפּאליע אמר: זוסיע וויל ניט, ועכב הדבר עד שנת תקנ"ט. דאַרף מען זאָגן זוסיע וויל ניט. . .
טו. אַ רב דאַרף וויסן וועגן דעם שוחט, וועגן דעם מעמד, וועגן דעם בעדער, דער שוחט נעמט פינפערלאך און דער בעדער צענערלאך, אַז איינער קומט צופאָרן אין אַ שטאָט גייט ער אַריין צום רב די ערשטע זאַך, און פון רב ווייסט ער אַלץ, וועגן דעם שוחט וועגן דעם קצב וכו'.
טז. [אמר לרב"וו:] נעמט אַ ביסל משקה, איר וועט זיין געזונט, טראַכט ניט איבער וועגן געזונט, אַ פּאַס האָט איר, איר ווייסט דאָך וואָס אַ פּאַס איז, אַ פּאַס איז אויף אַ יאָר און נאָך דעם איז נאָך אויף אַ יאָר, און נאָך אַ יאָר. איר זאָלט גיין איבער די שולן און זען צי לערנט מען, נאָר עס זאָל זיין אָן התפּעלות.
יז. [אמר לר"פ:] דו ווילסט מען זאָל דיר אַרייננעמען אין חברה? זאָלסטו זיין אַ מאַסף אויף תומכיתמימים, אַז דו וועסט באַגעגענען וואסיל וואסילעוויץ און פיאטרע פּיעטראָוויץ זאָלסטו ביי אים נעמען אַ פינפערל, און דו זאָלסט אים זאָגן ער זאָל קיין נאַר ניט זיין, ער זאָל וויסן אַז ער איז אַ איד.
[ואמר אחד: דאַרף ער דאָך קיין נאַר ניט זיין? ואמר כ"ק אדמו"ר:] ער איז ניט קיין נאַר, אויף וועמען דער טאַטע האָט נאָר אַ קוק געטאָן איז ער ניט קיין נאַר, ער וועט ניט שטאַרבן אָן תשובה, ער וועט אויספירן די כוונה, טאָמער פעלט אים עפּעס וועט מען אים צוקלעפּן, נאָר די כוונה וועט ער אויספירן.
יח. [אמר לרי"א:] דו מיינסט אַז דו טוסט אויף אַ סאַך אין. . . דאָס איז דיין חסרון (דו ביסט זיך מסתפּק במועט).
גביר אחד בעת שבאו אליו משרתיו להראות לפניו חשבון ממה שעברה עליהם, הי' ביניהם אחד מהפּחותים שלא הצליח בעבודתו, וצוה הגביר שיתנו לו מתנה שלש מאות רו"כ, ובצאתו פגע בו אחד מהמשרתים החשובים וסיפר לו מהמתנה, וחשב בדעתו שבודאי ומכש"כ שיתן לו הבעה"ב מתנה הגונה, וכשבא לפני הגביר והראה לו מה שעשה ועבד בעסקו, צוה הגביר לנכות ממשכורתו, ושאל לו טעם הדבר, והשיב שהראשון אמנם לא הצליח בעבודתו, אך לפי כחו ומקומו האָט ער אויפגעטאָן אַ פּעולה, אבל השני מצד מעלתו ומקומו הטוב (לפי ערכו) לא הרויח כלל, אדרבה.
דאָס איז ניט צוויי און צוואַנציגסטער. . . וואָס מען האָט גענייט. . . אויף כו', העיר מ. איז היינט אַ עיר ואם בישראל, דער גאַנצער חסרון איז וואָס דו ביסט צופרידן, ס'האָבן געדאַרפט זיין ניט דריי הונדערט. . . נאָר דריי טויזענט, אין יעדערע דריי הויפן דאַרף זיין אַ מנין, און אין יעדער מנין דאַרף זיין אַ חדר, איך מיין ניט פאסא גלאנישטעווסקי פּערעאולאק אַליין (נאָר אומעטום), אַלע סטודענטן דאַרפן זיין אין תפ"ב19, סטודענטן זיינען צו מיר ניט
שייך, צו מיר זיינען שייך אידן פון שול וואָס לערנען און דאַוונען, נאָר עס איז בעסער ווי גאָרניט.
יט. [בתוך הדברים, כשדיבר כ"ק אדמו"ר אודות הבעה"ב שהם "רגלי דשכינתא", אמר אחד המסובים: די בעה"ב דאַרפן האָבן חיזוק. ואמר כ"ק אדמו"ר:] אין הדבר כן. איר האָט ניט דערציילט אַז אַ איד האָט אייך געזאָגט מיר האָבן געלערנט און מיר לערנען, וואָס דער וואונדער אויף דעם אידן, נאָר אַז מ'גייט צו צום שרייב טיש ענטפערט מען גאָרניט, נאָר דאָס איז דאָך אַ שטות.
[הנ"ל התחיל להתנצל, ואמר כ"ק אדמו"ר:] דאָס וועט ניט העלפן. ווי קומט אַ חארקובער איד און זאָגט אַז בעה"ב דאַרפן האָבן חיזוק?
כ. מיין ש. זאָל געזונט זיין ער מעסט וויאָרסטן, דאָ איז חכמה דאָ איז בינה, ער איז אַ פיינער יונגערמאן, ער וואָלט ניט לערנען ביי ישראל'ן ער וואָלט לערנען דעם טאַטנס חסידות, ער מעסט וויאָרסטן, איי עס קומט דאָך ניט אויס, ענטפערט מען פון דאַנען אַהער איז. . . דער וויאָרסט און צוריק הויבן זיך אָן די סטאַנציעס, אַנדערש איז כאַפּט די וויאָרסט אויף האַלבען.
כא. [כשדיבר ל.. . אמר:] איצט וועל איך דיר דערציילן, אויף דיר האָט דער טאַטע מיר געזאָגט20: זע וואָס מים שלנו איז, ביי אים איז געווען אַן אַנדער חומר, אַ שינוי אין חומר.
כב. כ"ק אדמו"ר אמר: ווער זאָגט דאָס אַז רפ"ז דאַרף מען ניט נתעורר ווערן מיט אהבה ויראה.
3) הרה"ג ר' רפאל כהן הי"ד מעיר גערמאנאוויטש. רב בנעולל ולאח"ז בריגא. חידו"ת ממנו — "התמים" חוברת ד' ע' נג [קצב, ב]. חוברת ו' ע' סג [רצט, א]. קובץ יגדיל תורה נ.י. חוברת סז ע' שלט ואילך.
3) הרה"ג ר' רפאל כהן הי"ד מעיר גערמאנאוויטש. רב בנעולל ולאח"ז בריגא. חידו"ת ממנו — "התמים" חוברת ד' ע' נג [קצב, ב]. חוברת ו' ע' סג [רצט, א]. קובץ יגדיל תורה נ.י. חוברת סז ע' שלט ואילך.
7) ראה לשמע אזן ע' קמ: י"ט כסלו* האט אדמו"ר זי"ע גערעדט וועגן דעם ענין פון התקשרות, און וואָס מ'פאָרט [צו אים]. און זאָגט: מ'קען דאָך אָנשרייבן אַ בריוו פאַר אַ 7 קאָפּ. מאַרקע.
ריידן האָט ער דאָס גערעדט צו הרב התמים רפאל גערמאנעוויצער ער איז דאַן געווען אַ רב אין נעוול. אויף יענעם י"ט כסלו איז געווען נאָך אַ רב פון קיעוו. דערנאָך האָט אדמו"ר זי"ע אַ זאָג געטאָן: מ'זאָגט דעם טאָכטער און מ'מיינט דעם שנור...
*) בלשמע אזן שם: יט כסלו תרפ"ה. אבל כנראה שצ"ל תרפ"ז.
10) הוו"ח ר' ישראל ארי' לייב שניאורסאהן. נולד בחודש סיון תרס"ו בעיר ניקאלאיעוו. תקופה מסויימת שהה בלענינגראד. התחבב מאוד על כ"ק אדמו"ר מהוריי"צ שהי' מקרב אותו. בשנת תר"ץ עזב את רוסיא והתיישב באירופא (ברלין), אח"כ עלה לאה"ק — שם התחתן. בשנותיו האחרונות שהה בעיר ליווערפול שבאנגלי'. נפטר בדמי ימיו ביום י"ג אייר תשי"ב, וע"פ בקשת — יבלחט"א — כ"ק אדמו"ר שליט"א — הועלה ארונו לאה"ק, ומנ"כ בעיה"ק צפת ת"ו. — ראה אודותו קובץ י"ג אייר — קה"ת, תשנ"ב — ע' 7 ואילך. וראה ספר השיחות תרפ"ט ע' 65.
11) בלשמע אזן ע' קנה, שכ"ק אדמו"ר אמר: אַי ווי אַייך דאַרף פאַרדריסן וואָס דער טאַטע האָט אַייך ניט געזען (אָדער בזה הנוסח: וואָס איר זייט ניט געווען ביי דעם טאַטן).
15) ראה ד"ה הטה אלקי דש"פ יתרו תרצ"ד. ד"ה ובראשי חדשיכם דש"פ קדושים תרצ"ה. סה"מ תרצ"ו ע' 120 ואילך. לקמן ע' 134. 193. 194 (ובהערה 28). 229. שיחת יט כסלו תרצ"ד סעיף גד. ספר השיחות קיץ ה'ש"ת ע' 125. שיחת יום שמח"ת ה'שי"ת סעיף ב.
19) {6} תפארת בחורים. שיעורים מיוחדים לבני הנעורים העוסקים במסחר או בלימודים כלליים בבתי ספר — ראה תולדות חב"ד ברוסיא הסובייטית ע' נאנד. לקמן ע' 151.