פורים תרפ"ז

158

א. מען דאַרף נעמען משקה און זיין בשמחה. דער יצר הרע געפינט אומעטום אַן אָרט, בעת השמחה אומר שצריך להיות במרירות.

עס קען זיין אַז די היינטיקע משקה וועט מען דאַרפן מאָרגן רייבן מיט אייזערנע בארשטן, וואָרום עס קען זיין דערפון אַ התפעלות המדות, התנשאות, גסות, מען קען אויסריידן אַזעטיקע דיבורים וואָס מען דאַרף ניט, וואָרום עס איז דאָך ניט ע"ד "ויבא משה בתוך הענן"1, וואָס דאָרטן איז גאָרניט געווען קיין פסולת. דאָס (המשקה) איז דאָך גשמיות, וועט מען דאָס דאַרפן מאָרגן רייבן מיט אייזערנע בארשטן. אָבער היינט דאַרף מען נעמען משקה.

שמעתי מאאמו"ר זצוקלה"ה נבג"מ זי"ע אַז דעם כח א"ס שבנבראים יכולים הכל לראות, כידוע מענין ההולדה2. וכמו"כ בהגרעין רואים כל מה שיצמח ממנו אח"כ, האילן וענפיו ופירותיו ועליו ופירי פירות, הכל רואים בה­גרעין. וזה יכולים הכל לראות. אבל הכח א"ס אין פאַראַיאָריקע בולבע וואָס פון דעם איז געוואָרן די משקה, זה אין הכל יכולים לראות.

ב. אח"כ נתן כ"ק אדמו"ר משקה לא', ואמר לו: נעם אַליין און גיב לייטן. והביט עליו וראה שנותן לאחרים וב­עצמו אינו לוקח. ואמר לו:

ידוע ההפרש בין מעבר להתלבשות3, שמעבר נקרא מה שמקבל זה נותן בלי הפסק, אבל התלבשות נקרא שמתחילה מקבל בעצמו ונתעכב אצלו, ואח"כ נותן אל הזולת.

באַ חסידים דאַרף זיין התלבשות. ווי עס קען זיין אַזעטיקע וואָס מען רעדט מיט זיי קירוב, ובאמת איז ער אַ פּאַרך, נאָר וואָס זאָל מען טאָן, אַזוי וועט ער גאָר נתרחק ווערן. און עס איז פאַראַן אַזעטיקע וואָס מען רעדט מיט זיי דברי ריחוק, ובאמת איז ער שענער פאַר אַ אידן וואָס לערנט אַ גאַנצן טאָג. דאָס איז התלבשות.


1) משפטים כד, יח. נתבאר בד"ה ויבא משה בתוך הענן תרל"ה (סה"מ תרל"ה ח"א ע' פא ואילך); תרנ"ד (סה"מ תרנ"ד ע' קמז ואילך).

2) ראה לקו"ת שה"ש לט, ד ואילך. סה"מ תרנ"ז ע' קעז ואילך. תרע"ח ע' תיד. עטר"ת ע' תיד. תרפ"ו ע' קנז. שם ע' רכו­רכז. ובכ"מ.

3) ראה תניא קונטרס אחרון ד"ה להבין מ"ש בפע"ח (קנח, א). לקו"ת מסעי פט, ב ואילך. מאמרי אדמו"ר האמצעי — קונטרסים ע' תקלג ואילך. אוה"ת ויקרא ח"ב ע' תסו ואילך. סה"מ תרנ"ב ע' כז ואילך. ד"ה ברוך שעשה נסים תרס"ד (קה"ת, תנש"א) ע' 7. תרע"ח ע' שנא ואילך. עטר"ת ס"ע עא ואילך. תרצ"ו ע' 113 ואילך. תרח"ץ ע' קיח ואילך.