שמח"ת, תרפ"ו

95

א. [כ"ק אדמו"ר אמר לר' יצחק1:] מ'דאַרף סטראָייען2 אַ נייעם חב"ד, חסידים איז פאַראַן אַסאַך, נאָר מ'דאַרף סטראָייען אַ נייעם חב"ד. דו ביסט דאָך אַ שד"ר, פאָרסט דאָך אויף דער וועלט, בין איך דיר מכריח מאַכן א צעטל פון אידן וואָס ווילן זיין מקושר צו עצמות דורך אַ וואָרט פון תורה, קיין נפקא מינה ניט צי אידן וואָס האָבן געלערנט חסידות צי ניט.

ב. וואָס איז נוגע אַ שניי אַ רעגן צו הנחת תפילין, אַז איינער הוקעט און הוסט דאַרף ער וואַרטן עס זאָל אַרויס די זון, וועט ער גיין אין גאַס, אָבער אין שול איז דאָס ניט נוגע, אויף תורה ומצות איז ניטאָ קיינע העלמות והסתרים, עס איז מער ניט ווי אַ נסיון. כמו שמספרים3 על אדמו"ר הזקן נבג"מ זי"ע, כשבא לפּעטראָפּאַוועלסקין קרע­פּאָסט כשנכנס לשם היו יושבים שריי­בערס מיט שרייבערינס, ונכנס מיט טו"ת אונטערן האַנט, מיט אַ לאַנגע זופּעצע, והם שמעו שהביאו מורד במלכות, והתפלאו האם איש כזה הוא מורד במלכות, אח"כ כיוון א"ע לצד מזרח והניח הטלית על כתיפו ובדק הציצית, ואח"כ הניח הטלית ותפילין, וכשהניח השל ראש כיוון בידיו שיהי' במקומו, ועמד לנגד מי שישב שם, איז ווער עס איז געזעסן האָט זיך ניט געקענט שטעלן, און ווער עס איז געשטאַנען האָט זיך ניט געקענט זעצן, כפי מה שאמרו חז"ל4 עה"פ*4 וראו כל עמי הארץ כי שם ה' נקרא עליך ויראו ממך — אלו תפילין שבראש.

איך דערצייל אַ מעשה וואָס איך האָב אַ יסוד אָדער בקבלה. אַמאָליקע חסידים פלעגן דערציילן אַזוי, וואָס זיי האָבן דאָס געטאָן כדי להציל את הנפש זאָלן זיי האָבן אַ ליכטיקן ג"ע, פונדעסטוועגן זאָל דער אויבערשטער געבן ס'זאָל זיין מיט אַ אַרשין5 נעענטער צום רבי'ן.

ג. לחיים, יתן השי"ת שהטוב המופ­לא שנמשך בר"ה יהי' בפועל בבני חיי ומזוני, בני — כפשוטו, חיי — שיחיו באלקות, ומזוני רויחא — היינו שלא יהי' שום העלם והסתר על אלקות, שלא יהי' שום טרדת הפרנסה, אַז די גאַנצע טרדה זאָל זיין ווי מאַכט מען נאָך אַ חדר, נאָך אַ מקוה.

ד. אַ פּדיון אָן תשובה ווערט ניט נתקבל און מ'לייענט עם ניט און ער מאַכט נאָך קאַליע.

ה. מיר זיינען מער מיוחסים ווי אברהם אבינו ע"ה. אברהם אבינו האָט געטאַנצט שמח"ת6 ביזן סטעלע7, און מ"מ האָט מען זיין טאַטן תרח'ן געשמיסן, און מיר און אונזערע טאַטעס און אונזערע זיידעס האָבן געטאַנצט שמח"ת און מיר טאַנצן אויך שמח"ת.

96

[ושאל ר"מ אם הריקוד צ"ל בהרגש שהוא לכבוד שמחת תורה או לאו דוקא? וענה:] עצם הריקוד בלא שום כוונה הוא ענין גדול, אפי' אינו יודע שום כוונה. שמחת תורה דאַרף מען טרינקען בראנפן ביז מ'זאָל די קאָפּ פאַרלירן8.

[וסיפר ע"ז מעשה:] פעם, עוד בחיי אאמו"ר נ"ע, לא הי' הקפות מחמת איזה סיבה, ואח"כ אמר לי אאמו"ר אַ טיפן ענין אין חסידות, און אַ ביאור אויף דערויף וואָס עס איז ביי עם דעמאָלט נתחדש געוואָרן — און דער טאַטע האָט געהאַט אַ חוש אין חסידות — ולבסוף אמר לי אאמו"ר: איך וואָלט דאָס אַוועק געבן פאַר אַ טאָפּ שמח"ת צו הקפות, עכ"ל. ואמר כ"ק אדמו"ר שליט"א: אַ טאָפּ מיטן פוס טאַנצן שהו"ע גדול.

ו. אח"כ סיפר מעשה מאדמו"ר (מהורש"ב) נ"ע: מיד אחר החתונה שלו*8, צוה לו אביו אדמו"ר מהר"ש נבג"מ זי"ע, ער זאָל זיך אָפּטיילן און עסן פאַר זיך, אויף אַ טישל וואָס האַלט אַזאַ און אַזאַ מאָס, אַזוי פיל די הויך, און אַזוי פיל די ברייט, האָט ער געטאָן אַזוי, און האָט געגעסן אויף דעם טישל זעכצן מיט אַ האַלב יאָר, און ער האָט ניט געוואוסט קיין טעם, ביז וואַנענט ער האָט געלערנט אַ פרי עץ חיים9 וואָס דאָרטן האָט ער געפונען דעם טעם, און דעם פרי עץ חיים האָט ער פריער אויך געלערנט עטלעכע מאָל.

ז. דער טאַנץ פון שמח"ת קען זיך אָפּרופן אין צוויי חדשים אַרום, ער קען גאָר שטיין אין אַ ווינקל, וועט ער זיך דערמאָנען אויפן טאַנץ.

ח. באַ אברהם אבינו אויפן האַלדז איז געהאַנגען אַ מרגלית, וואָס כל חולה שהי' מביט עלי' הי' מתרפא10. וואָס חולה איז בגימט' מ"ט11, ד.ה.12 דער וואָס איז געווען אפילו אין מ"ט שערי טומאה ר"ל, האָט אויף אים אויך גע'פּועל'ט.

ט. אַ בעל עסק האָט ליכטיקע אויגן און אַ יושב אוהל האָט אַ ליכטיקע קאָפּ, וואָס אַ בעל עסק קען דערזען מיט איינמאָל, דאַרף אַ יושב אהל אויף דעם אַסאַך האָרעווען. נאָר וואָס א יושב אהל דערגייט שוין ביגיעה, וועט דאָס אַ בעל עסק ניט דערגיין אַזוי געך.

י. [אמר אחד לחיים, רבי, ברכו לבני שיתן ה' שישוב בתשובה. אמר לו כ"ק אדמו"ר שליט"א:] אספר לכם מעשה13, הרב מבאַרדיטשוב צוה לתלמידיו שלא ילבשו כובע עם קאזיראק*13, מפני

97

שכשמביטים השמימה הוא סגולה ליר"ש, שכך הוא דרך כל ישראל שהוא מביט השמימה ומתוך כך נזכר על השי"ת, וקאזיראק מונע מזה, ע"כ צוה שלא ילבשו עם קאזיראק.

פעם אחת יצאה גזירה מהמלך ני­קאָלאַי שילבשו כובעים רק בקאזיראק.

— ידוע שהגדולים כשהיו מזכירים את שמו של המלך ניקאָלאַי היו אומרים ימ"ש וזכרו, שכל כוונתו הי' אויף פאַרלעשן דעם פייער וואָס איז פאַראַן באַ אידן, וגם בזה הי' כוונתו להרע לישראל —

מה היו עושים, כשהיו הולכים בחוץ היו הולכים בכובע עם קאזיראק והיו מחביאים השטריימלאך, וכשהיו באים למקום שלא היו יראים היו לובשים השטריימלאך.

גם בבאַרדיטשוב כאשר יצאה ה­פקודה לבשו כובעים עם קאזיראק. פעם פגע הרב מבאַרדיטשוב חסיד שהי' לובש כובע עם קאזיראק, והי' החסיד שמח מזה. אמר לו אקשה לך קושיא, מפני מה באמצע התוכחה כתיב**13 תחת אשר לא עבדת כו' בשמחה כו', מקודם תוכחה ואח"כ תוכחה: לומר, שאפילו אם נוטים מדרך הישר ח"ו מחמת אונס, אבל שמחה אין צריך להיות מזה.

וכך — אמר כ"ק אדמו"ר שליט"א להאיש הנ"ל — שמחה אי"צ להיות מדרך הלא טוב, יתן השי"ת אַז אין גשמיות זאָל אייך זיין גוט, נאָר אייך זאָל קרענקען און ווייטיקן וואָס איר זייט אַזוי.

יא. אמר שני טעמים מפני מה ב­חסידות אינם מזכירים תיבת מקרה: הא' מפני שמקרה הוא דבר שחסידים רחוקים ד' אמות מזה. והב' מפני שמקרה הוא תיבת פילוסופיא (אַ פילאָזאָפסקער וואָרט), ובדא"ח אומרים שלא בהזדמנות. ומה שפעם נזכר בדא"ח תיבת מקרה, הוא כדי לברר את התיבה ההיא, שב­דא"ח מתברר.

איך היט לשון הרב, באַ דעם טאַטן שטייט אַמאָל מקום הקריאה און אַמאָל שטייט מקום הבימה, דערפאַר האָב איך געזאָגט14 ביידע לשונות — מקום ה­קריאה ומקום הבימה.

יב. כ"ק אדמו"ר אמר לר' יחזקאל15 שיקרא כל התמימים שיעמדו כנגדו ש­יראה אותם, והתחיל לדבר אליהם בזה"ל:

חייב אדם לומר בלשון רבו*15, זאָלט איר וויסן אַז וואו עס שטייט "חייב אדם" איז ביז מסי"נ ועד בכלל.

בשנת תרס"ג בעת שמח"ת כשישבו בהזוית אצל החדר הקטן שבזאַל הגדול,

— כך הי' הסדר, שבשמח"ת הי' הישיבה אצל החדר הנ"ל ובי"ט כסלו בזוית אחרת, וזה הי' במכוון הכל בשביל המקבלים —

אאמו"ר קרא אותי ונתן לי צנצנת משקה ואמר: הנך מנהל פועל ומנהל בפועל**15, ואמר לי עמוד ותחזיק המשקה ותקרא לכל התמימים לנגדי שאראה אותם.

[כ"ק אדמו"ר שאל לכאו"א בפרט איך שמו, ונתן לר' יחזקאל15 משקה, ואמר לו עמוד הנך מנהל בפועל. ואח"כ ראה את יודא16, ואמר: גיי צווישן אַלעמען (שלא הי' עומד בין כל הבחורים), וואַרף זיך

98

אַריין אין פּעקל; איך האָב אַמאָל האָלט געהאַט דעם שווייס דעם קוועטש און דעם שטופּ, דאָס איז דאָך חיות פּנימי, דערפאַר האָט דער אויבערשטער רח­מנות געהאַט אויף מיר און געהאָלפן מיר, איר זאָלט ניט נתפּעל ווערן על אריכות ההקדמה וקיצור הענין, שכך הוא בסדר מדרי' התיקון שההקדמה הוא באריכות, וכמו בתפלה צ"ל תחלה אריכות ההתבוננות ואח"כ מתחיל הודו לה' בפי' המלות, לויבט דעם אויבערשטן].

ואמר אאמו"ר: ענין קריאת השם "תמימים"17:

שם הוא הארה שאינו נוגע להעצם ואינו מורה על העצם, שמהשם אינו יודע העצם18, ואינו דומה למדות, שע"י המדה יכול להיות איזה הכרה בהעצם, ובפרט בשכל שע"י השכל יכולים לידע את האדם, ג' מוחין חב"ד, שהחכמה היא כל הענין בקיצור, ובינה בבחי' אורך ורוחב, ודעת הוא עומק, ויכולים לידע אם הוא בעל חכ' או בינה כו', שהרי זהו הת­כללות הכחות, שהחכמה אין הכוונה רק חכמה לבדה, ויש בזה התכללות בינה ודעת ג"כ, כי החכמה אין הכוונה רק הברקה לבד, כ"א שיש בזה בינה ג"כ, והראי' שהרי נדבקת, וכמו"כ בבינה ודעת כו', אבל מהשם אין לידע.

אך כשקוראים בשם המכוון עי"ז הוא המשכת העצמות. וזה הי' ענין קריאת השם "תמימים".

ואמר כ"ק אדמו"ר: וכמו"כ אויף דעם ענין ווי איך שטיי זאָג איך אייך "תמי­מים", בראשונה גיב איך אייך איבער אַ פרישת שלום און אַ ברכה פון דעם מייסד ונשיא המוסד.

איר האָט ניט געזען דעם טאַטן, איך האָב אים געזען — פאַראַן פון אייך וואָס זיינען געווען קליינינקע וואָס האָבן זיך געוואַלגערט באַ דעם וויעטקן19, יהושע'ן20, יחיאל'ן21 — גיב איך אייך איבער אַ פ"ש און אַ ברכה, איר זאָלט זיין געזונט אין גשמיות און זיין מסור

99

ונתון לתורה, מ'זאָל ניט זיין אויסגע­רעכנט וויפל צו לערנען, נאָר אויסרע­כענען וויפל שלאָפן און עסן און די איבעריקע לה'. און די וואָס האָבן אים געקענט, זאָלן באַ זיך חוקק זיין צורתו, הן בעת זיי וועט זיין זייער גוט והן בעת צרה ח"ו*21.

ועתה נדבר מהענין: עס שטייט22 "כה תאמר לבית יעקב ותגיד לבני ישראל", באַ די אידן איז "תאמר — אמירה רכה"23, באַ זיי בעט מען זיך, אייך איז "ותגיד — דברים הקשים כגידים"23, איז זאָלט איר וויסן אַז איר זיינט אין תומכי תמימים, דער וואָס איז אין די ד' אמות (פון תומכי תמימים) איז ניט בהזדמנות.

בשעת דער טאַטע האָט געדאַרפט מייסד זיין תומכי תמימים בשנת תרנ"ז, האָט ער מיר געזאָגט: שוין צען יאָר אַז איך טראַכט וועגן דעם און געוואַלגערט זיך באַ דעם זיידן און באַ דעם טאַטן24.

איר פאַרשטייט, אַ זיידע אַ טאַטע צען יאָר האָט ער געטראַכט.

פאַראַן גדולים וואָס האָבן געמאַכט ישיבות און לערנען תורה אָן אַ טאַטן און אָן אַ זיידן; דער טאַטע האָט געזאָגט אַז ער האָט ניט געמאַכט תומכי תמימים אויף מגדיל זיין לימוד התורה, תורה האָט ניט געפעלט באַ אידן, עס איז גע­ווען ישיבות. תומכי תמימים האָט מען געמאַכט אַז די וואָס לערנען תורה זאָלן זיין אנשים25.

זאָלט איר וויסן אַז איר לערנט אין תומכי תמימים, איז וועגן גשמיות דאַרפט איר אוודאי ניט טראַכטן, איר זאָלט ניט טראַכטן וועגן קיינע תכליתים, מ'האָדעוועט אייך אויף מס"נ, איר זאָלט זיין פּלייצעס אויף וועמען אונטער צושטעלן, איר זאָלט וויסן אַז איר זייט אין פּעקל, באַ די אידן בעט מען זעך, בא אייך איז "ותגיד — דברים הקשים כגידים". בין כך ובין כך זייט איר עלול אויף מס"נ, אפילו די וואָס זיינען נדחה געוואָרן.

אויף דעם רבי'ן דערציילט מען, אַז ער האָט געזאָגט אַז דער וואָס האָט זיך געהאַלטן אָן זיין קליאַמקע וועט ניט שטאַרבן אָן תשובה26, דער רבי דער טאַטע האָט געזאָגט27, דער וואָס האָט געגעסן אַ חסידישן שטיקל ברויט כו', וואָס דאָס איז שלח לחמך על פני המים28, ווען וועט דאָס זיין איז דאָס ניט נוגע, מיר איז דאָס יע נוגע, ער וועט זיך אומקערן, טאַנצט ער שמח"ת כו'.

אייך האָדעוועט מען אויף מס"נ, עס דאַרף זיין אָן בליטות אָן התפּעלות קאַלטע בראַנד, זיצן דאַרפט איר אין

100

מערב, סדר פון בע"ב מכובדים פּיפּקעס זיצן אין מזרח, און איר דאַרפט זיצן אין מערב, און שרייען ממערב למזרח עס מאַכט זיך עפּעס אַ ענין אַ חדר, אַ מקוה, זאָלט איר שרייען ממערב למזרח.

[לאחר שנתן משקה להת'*28, ביקש אחד שיתנו לו ג"כ משקה, וענה לו כ"ק אדמו"ר:] איצטער טיילט מען ניט קיין משקה איצטער איז התקשרות.

יג. דער וואָס רעכנט אַז די מתנגדים וואָס זיינען געווען פאַרן בעש"ט, זיינען געווען ניט שלם אין קיום התומ"צ, איז טועים הם, אין קיום התומ"צ זיינען זיי געווען שלם, נאָר דער גאַנצער ענין איז וואָס זיי האָבן מדמה געווען את הצורה ליוצרה; עס איז געווען אַמאָל איינער אַ מתנגד, וואָס ער איז געווען בקי אין גאַנץ כתבי האר"י, און אין תניא אויך, נאָר מ"מ איז דאָס געווען ניט גרונטיק. וואָס בד"כ איז באַ חסידים דער עיקר הלימוד גרונטיק.

יד. אמר על הסדר דר"ה ויוכ"פ ושמח"ת, משל מאב עם בנו שבראשונה אמר לו: זאָלסט מיך פאָלגן, דערנאָך זאָגט ער אים: האָב פאַר מיר מורא, דערנאָך נעמט ער אים אַרום און גייט מיט אים אַ טענצל; כמו"כ מקודם הוא ר"ה, דאָס זאָגט מען: זאָלסט מיך פאָלגן, ואח"כ יוהכ"פ, דאָס זאָגט מען: האָב פאַר מיר מורא, ואח"כ שמע"צ הו"ע וימינו תחבקני29, וואָס נעמט אַרום און מ'גייט אַ טאַנץ.

טו. דודי*29 מהרי"ל30 עשה פעם א' חשבון, ומרוב עמקותו כתב לבסוף ב­מקום הסך­הכל לית אתר פנוי מיני'.

טז. מקודם פעלתי שילמדו חומש עם רש"י31 ועכשיו אני צריך לפעול מס"נ, וועמען פּרואווט דער אויבערשטער די

101

צדיקים, זיי פּרואווט ער, אַזוי ווי עס שטייט אין מדרש32, אַ משל פון אַ טעפּער אַז ער ווייזט דעם קונה אַ טאָפּ, ווייזט ער דעם בעסטן טאָפּ אַזאַ וואָס קנאַקט, אַזוי איז אָן וועמען פּרואווט דער אויבערשטער אָן צדיקים.

יז. באַ יעדער אידן דאַרף ברענען שבת ביינאַכט פייער, טאָמער וועט ער זיך אויפכאַפּן ביינאַכט זאָל ער עפּעס קענען לערנען.

יח. אמר שיפרסמו בשמו בכל כדור הארץ, שזה שקר גמור מה שאינם מני­חים ללמוד בחדרים, דאָס האָבן אונ­זערע שונאים אויסגעטראַכט33.

אמר לר' ישראל הקצב דנעוול, תלך בכל העיר ותעורר אותם, כמו יונה שהלך בכל נינוה שכתוב שם "ויקם יונה וילך אל נינוה גו' ונינוה היתה עיר גדולה לאלקים מהלך שלשת ימים"34 — ע"פ קבלה איז פאַראַן אַ רמז וואָס "שלשת ימים" איז, נאָר דער ענין פון "ובהמה רבה"35 איז: ידוע36 אַז עס איז פאַראַן ב' מיני נשמות, זרע אדם וזרע בהמה, איז דער פשט "ובהמה רבה", ער זאָל פּועל'ן אפי' אין נשמות פון זרע בהמה.

פון וואָס איז געוואָרן נעוול אַ חסידישע שטאָט, ניט פון חסידישע רבנים און פון שוחטים, עס איז דאָרטן געווען דריי מלמדים חסידים ר' מיכאל מיט נאָך צוויי, וואָס איינער פון זיי איז געווען אַ מוליער און מיכאל איז געווען זיין פּאמאָצניק37, איינמאָל האָבן זיי גע­בויט אַן אויוון, דעם הימל פון אויבן, האָבן זיי זיך פאררעדט ביז יענער האָט פאַרבויט מיכאל'ן אינווייניק, האָט מען געדאַרפט צוברעכן דעם גאַנצן אויוון.

יט. הגם איך האָב איצטער ניט גענו­מען אַזוי פיל משקה, איך זאָל קענען ריידן אָן צמצומים, נאָר דאָס איז דאָך ידוע אַז תר"פ איז געווען שלא בעתו וזמנו.

כ. לקח משקה ואמר לרי"צ: יתן השי"ת איך זאָל זען אלקות במוחש, דעם זיידן במוחש, דעם טאַטן במוחש, און די אַלע ענינים וואָס מ'שטעקט מיר אַריין, זאָלן מיר ניט מבלבל זיין.

[באמצע הדיבור כשהי' מדבר הת­חילו לדבר באיזה מקום, ואמר כ"ק אדמו"ר שימנעו מלדבר וישתקו, ואמר אחד שהנשים מדברים בהאסטאלאווע ובפה אינם מדברים, וענה: איך וויל מ'זאָל אין סטאלאווע אויך ניט ריידן, איך צאָל פאַר דער סטאלאווע אויך דירה­געלט, באַ מיר איז געוואַשענע געלט, איז וויל איך טאַקע מ'זאָל ניט ריידן].

כא. בדרך כלל דאַרפן אידן ניט קיין נסים, פרעה האָט געדאַרפט נסים, באַ אידן שטייט38 "ויקדו וישתחוו", זיי דאַרפן קיין מופתים ניט, נאָר טאָמער דאַרף איינער אַ אות ומופת דאַרף מען אים געבן.


1) הרה"ח ר' יצחק הלוי הורביץ. — ראה אודותו לעיל ע' 37 הערה 1.

2) {6} לבנות.

3) ראה גם ספר המאמרים תש"ב ע' 37. ספר השיחות תש"ב ע' 126. שיחת ש"פ עקב תשכ"ט.

4) ברכות ו, סע"א.

*4) תבא כח, י.

5) {6} מדה ידועה ברוסיא.

6) להעיר מפיוט "אגיל ואשמח בשמחת תורה": אברהם שמח בשמחת תורה.

7) {6} תקרה.

8) ראה גם שיחת ליל שמח"ת תרפ"ב (לעיל ע' 28).

*8) החתונה התקיימה במוצאי שבת קודש פ' תצא, י"א אלול תרל"ה. — ראה סה"מ תרל"ה ח"ב ע' תכא. שם ע' תקנג ואילך.

9) אולי הכוונה לפע"ח שער השבת פרק יז.

10) ב"ב טז, ב.

11) מאורי אור מערכת ח אות לה.

12) ראה סה"מ תרפ"ד ע' קב.

13) ראה אגרות­קודש כ"ק אדמו"ר שליט"א חכ"א ע' קיג: "מה שהוקשה לו בשיחת שמח"ת תרפ"ו בגזירת הכובעים והרה"ק "הגאון החסיד" (כך נזכר בלקו"ת שה"ש יח, ג) מבארדיטשוב, שאין השנים מתאימות — הנה שמעתי מעין זה, אבל על ר"ה מפאריטש (וכנראה טעה המניח). ואז מובן ג"כ מש"כ בהר"ד שאמר לתלמידיו, כי לא שמענו שהיתה ישיבה אצל הרלי"צ מבארד'".

ובמכתב רבינו משנה זו (תרפ"ו) — אגרות­קודש חי"ד ע' תלח: "כשיצא הגזירה שלא ישאו כובע עגולה, אמר אדה"ז: קליפה מאַכט אַ הסתר, אף שאו מרום עיניכם. וכידוע, שההסתכלות בשמים, הוא סגולה ליר"ש, איצטער ועט צוקומען אַ עבודה, אָפּקערין דעם קאזיראק (כי רבים מהחסידים היו נושאים הקזירעק בצד העורף)". וראה גם שיחות: סיון­מנ"א תרצ"ב. רשימות חוברת קפ ס"ע 10. שמחת בית השואבה תשי"ד סל"ג (ושם (תורת מנחם ח"י ע' 70): בזמן הצ"צ). ספר זכרון לבני ישראל ע' קצ.

*13) מצחי'.

**13) תבוא כח, מז.

14) בהמאמר ד"ה ביום השמיני עצרת שנה זו (סה"מ תרפ"ו ע' נה).

15) הר"ר יחזקאל פייגין. — ראה אודותו לעיל ע' 51 הערה 1.

*15) עדיות פ"א מ"ג.

**15) ראה לעיל ע' 80. וש"נ.

15) הר"ר יחזקאל פייגין. — ראה אודותו לעיל ע' 51 הערה 1.

16) הר"ר יהודה עבער (?). — נולד בקראסנילוקי כד ניסן תרס"א. למד בתומכי­תמימים בליובאוויטש, שצעדרין, קרעמענטשוג ורוסטוב. משנת תרפ"ג ואילך ר"מ ומשגיח בתומכי­תמימים פולטובה, רוסטוב, נעוול, וויטעבסק. בשנת תרצ"א ר"מ ראשי בתומכי­תמימים בווילנא. משנת תרצ"ב ר"מ ראשי ומנהל הגשמי בתומכי­תמימים ווארשא ואטוואצק. בשנת ת"ש ניצל מווארשא לריגא. בשנת תש"ב נהרג עם כל בני­ביתו על קידוש ה' — הי"ד. ספריו: שערי יהודה ב' חלקים. — ראה אודותו בהקדמה לשערי יהודה ח"ב.

17) ראה אגרות­קודש ח"י ע' שפח (הועתק ב"היום יום" טו אלול): הישיבה שמה תומכי­תמימים, והתלמידים הלומדים ומתנהגים ברוחה שמם תמימים.

18) ראה סה"מ תר"ל ע' סז ואילך. שם ע' צז ואילך. תרס"ח ע' פב ואילך. המשך תער"ב ח"א פש"ז. ועוד.

19) הר"ר לייב באבין מוויעטקא. מלמד בתומכי­תמימים בליובאוויטש (משנת תרס"ח). — ראה זכרונות הר"י דזייקאבסאהן ב"כרם חב"ד" גליון 3 ע' 243. וראה שם ע' 260.

20) הר"ר יהושע אָרש. — ראה אודותו "כרם חב"ד" שם ע' 259­257. 269.

או, הר"ר יהושע בהר"ר חיים דוד ליין. בעל כשרונות גדולים ובעל זכרון נפלא, בקי בש"ס ובארבעה טורים וכו' ובלקו"ת וכו' והי' לו ידיעה גדולה בכל ספרי דא"ח הנדפסים אז. כשקבעו בעיר דאקשיץ (פלך מינסק) מחלקת ישיבת תומכי­תמימים, בשליחות כ"ק אדמו"ר מוהרש"ב [בשלהי קיץ תרס"ב], הי' הוא המשפיע והמסדר והמשגיח בלימוד הדא"ח ולימוד הנגלה ("לקוטי סיפורים" ע' שח).

אח"כ שימש ברבנות ב: אסטראוונא, ביעשענ­קאוויטש, נעוול, רודניא — שם נהרג על קידוש ה' בשנת תש"א — הי"ד. ראה "כרם חב"ד" שם ע' 61­60.

21) הר"ר יחיאל קאמיסאר. ר"מ בתומכי­תמימים בליובאוויטש. — ראה זכרונות הר"י דזייקאבסאהן ב"כרם חב"ד" שם ע' 243 ואילך. וראה שם ע' 259. 263.

*21) ראה גם לעיל ס"ע 9. וש"נ.

22) יתרו יט, ג.

23) פרש"י עה"פ.

23) פרש"י עה"פ.

24) ראה לקוטי שיחות ח"ב ע' 484: בנוגע לפועל, הי' כ"ק מורי וחמי אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, המציע לאביו, כ"ק אדמו"ר (מהורש"ב) זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, לייסד ישיבה. אחרי דין ודברים שהי' ביניהם, נסע כ"ק אדמו"ר (מהורש"ב) על האוהל (כך שמעתי סתם מכ"ק מו"ח אדמו"ר. ובודאי הכוונה להאוהל בליובאוויטש — היינו כ"ק אדמו"ר ה"צמח צדק" וכ"ק אדמו"ר מהר"ש — זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע), ובבואו משם אמר לכ"ק מו"ח אדמו"ר כי מקבל ההצעה.

25) ראה קונטרס עץ החיים פרק כב: יסוד אגודתינו אינו להגדיל ולהרחיב עסק התורה הנגלית כ"א זאת היא תכלית יסוד אגודתינו, אשר הבחורים העוסקים בתורה הנגלית יהיו יהודים (אידען) יראים ושלימים עם ה' ותורתו. וראה גם שיחת מוצאי ט' באב תרפ"ט. לקוטי שיחות חי"ד ע' 316­317.

26) ראה לעיל ע' 58 ובהנסמן שם הערה 31.

27) ראה לעיל ע' 58 ובהנסמן שם הערה 30.

28) קהלת יא, א.

*28) באחד ההעתקות של השיחה: בלילה הראשונה (שמע"צ) אמר לר' יחזקאל שיקרא אצלו כל התמימים, וכשנתקבצו שאל את כאו"א בפרט את שמו, ונתן לכאו"א משקה.

29) שה"ש ח, ג. פרי עץ חיים שער ר"ה ספ"א. רמ"ז לזהר ח"ג ריד, ב. ובכ"מ.

*29) ראה אודותו לקמן ע' 161 הערה 15.

30) ראה גם ספר השיחות תש"ה ע' 14: אלע קינדער פון הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק צ"צ זיך עוסק געווען אין מסחר, דאס הייסט, אז זיי פלעגן זיך משתתף זיין מיט געוויסע סוחרים, אין זייערע געשעפטן. . איינמאל האט דוד"ז מהרי"ל געמאכט א חשבון פון עסק און האט געדארפט אונטערציען א סך הכל, האט ער געשריבן: ס"ה [= סך הכל], לית אתר פנוי מיני', און ניט וואס ער האט מכוון געווען דאס צו שרייבן*.

31) ראה לעיל ע' 39 ובהנסמן שם.

*) במק"א מובא סיפור זה בנוגע החסיד ר' בנימין קלעצקער [מחסידי אדמו"ר הזקן ואדמו"ר האמצעי] — אגרות­קודש כ"ק אדמו"ר שליט"א ח"ז ע' רלז. חט"ז ע' שנ. לקו"ש ח"י ע' 105. חל"ד ע' 112 ואילך. בלקו"ש ח"ב ע' 649 (בנוגע חסיד אחד). ומובא אודות הרה"ח ר' נחמי' מדובראוונא בשיחות: ליל ו' דחה"ס וש"פ וישב — תשמ"ט.

וראה ספר השיחות תורת שלום ס"ע 6 ואילך: וידוע המאמר של ר' בנימין קלעצקער שעמד על הקלעצער על חוף ריגא און האָט זיך פאַרטראַכט אין חסידות משך חמשה שעות והי' לפלא. ואמר למה זה לפלא בעיניכם, מיר איז א וואונדער איך אומרים אחד בק"ש ומחשבים וועגן קלעצער בחוף דריגא. וראה גם אגרות­קודש ח"ו ע' שלג שפעם באמצע עסקיו עמד ר' בנימין קלעצקער כשבע שעות תפוס ברעיונותיו כו' (ובלקו"ש חל"ד שם נתבאר החידוש שבסיפור הנ"ל אודות ר' בנימין קלעצקער לגבי המסופר אודותו באגרות­קודש ח"ו שם). וראה שיחות סיון­מנ"א תרצ"ב.

ולהעיר מתולדות יעקב יוסף פ' וירא (יז, ד): שמעתי בשם מוהר"ר נחמן קאסויר שהוכיח לבני אדם שאינם מקיימין שויתי ה' גם בעוסקו בסחורה ומשא ומתן וכ"ת איך אפשר זה וכו' הא בהיותו בבה"כ ומתפלל אפשר לו לחשוב בכל מיני סחורה ומשא ומתן ה"ה איפכא נמי אפשר.

32) ראה ב"ר פנ"ה, ב.

33) ראה גם לקמן ע' 118. 122. ס"ע 163 ואילך. וראה לקמן ע' 155­154.

34) יונה ג, ג.

35) שם ד, יא.

36) תו"א ר"פ משפטים. ובכ"מ.

37) ראה ספר השיחות תש"ח ע' 235.

38) שמות ד, לא.