עם הגיעו לארצות הברית

42

הספינה הגיעה לארה"ב בי"ב אלול תרפ"ט. רבינו נסע לדירת הר"א סימפסאן בבארא פארק.

על­דבר הקבלת פנים בבארא פארק ודברי רבינו לעיתונאים מסופר בעיתון "דער מארגען זשורנאל" מיום י"ג אלול:

דער קבלת פנים אין בארא פארק

פון צעהן אַ זייגער אין דער פריה איז 14טע עוועניו, צווישען 45טער און 46טער סטריט אָנגעפילט געווען מיט הונדערטע מענער און פרויען, וועלכע האָבען ערוואַרטעט דעם אָנקומען פון דעם רבי. צעהנדליגע פּאָליסלייט זיינען אָנוועזענד געווען אויפצופּאַסען אויף אָרדנונג. זיי האָבען בעוואַכט דעם אַריינגאַנג פון דער שוהל צמח צדק נוסח אר"י דבאָראָ­פּאַרק, וואו אויף די אויבערשטע צוויי פלאָרס פון דער געביידע געפינט זיך די צייטווייליגע דירה פון דעם גוטען איד, פון זיין איידים הרב שמריהו גור­אריה און פון דר. מרדכי דובין, דער דעפּוטאַט פון ליטווישען סעים, וועלכע זיינען צוזאַמען מיט דעם רבי אָנגעקומען. ניט קוקענדיג אויף דעם רעגען האָט דער גרויסער עולם ניט פאַרלאָזען די גאַס און בעשיצענדיג זיך מיט אַמברעלאַס האָבן זיי אומגעדולדיג געוואַרט אויף דעם אָנקומען פון גרויסען גאַסט. ענדליך אַרום איינס אַ זייגער נאָכמיטאָג איז אָנגעקומען דעם רבי'ס אָטאָמאָביל, בעגלייטעט פון פיעלע אַנדערע מאַשינען. דער עולם האָט זיך גענומען שטויסען צוצוקומען נאָהענט צו איהם, אָבער פּאָליציי האָט ניט דערלאָזען. אין דער בעגלייטונג פון דער עמפפאַנגס­קאָמיטע איז דער רבי אַרויפגעפיהרט געוואָרען אין זיין וואוינונג, וואו אין דער אָנוועזענהייט פון "מאָרגען זשורנאַל" פערטרעטער און די אַנדערע פון דער קאָמיטע האָט ער געמאַכט די בעמערקקונג:

"דאָ פּונקט אַזוי ווי אין רוסלאַנד בין איך געווען אונטער אַ