הביקור בפילאדעלפיא

48

ביום א', י"ג כסלו נסע רבינו לפילאדלעפיע ושהה שם עד יום א', י"ב טבת.

על­דבר קבלת הפנים ודברי רבינו אז אנו קוראים בעיתון "אידישע וועלט" (י"ד כסלו תר"ץ):

"אַ פערטעל צו איינס האָט זיך דער טריין באַוויזען און פון וואַגאָן האָט אַרויסגעשטראַלט אַ שכינה'דיג ליכטיג פנים — דאָס איז געווען דער רבי אַליין, ר' יוסף יצחק שניאורסאָן. דער עולם האָט זיך געגעבן אַ לאָז צום וואַגאָן. פון די ערשטע צו מקבל­פנים זיין דעם רבי'ן זיינען געווען: הרב לעווינטהאַל, מר. דזשייקאָב גינצבורג, דער הויפּט רעדאַקטאָר פון "אידישע וועלט" און מר. טהאטשער, דעם מעיאר'ס אַסיסטענט סעקרעטער. דער אַריבער דריי טויזענד קעפּיגער עולם האָט געשטורמט מיט פייערעליכע ברוך­הבא אויסגעשרייען.

מר. וויליאַם טהאטשער, דעם מעיאר'ס סעקרעטער, האָט דעם רבי'ן איינגעלאַדן צו פאָהרען צום אינדעפּענדעס האָל, און מ'האָט דעם רבי'ן אַריינגעזעצט אין אַ ספּעציעלען אויטאָמאָביל, וואָס האָט אים געפירט מיט גרויס פּאַראַד איבער פילאַדעלפיער גאַסען צום אינדעפּענדענס סקווער.