הביקור בפילאדעלפיא

50

דער ריזיגער אויטאָמאָביל פּאַראַד האָט זיך געצויגן מיט מאַרקעט סטריט ביז דער 22סטער און טשעסטנאָט סטס. גלייך צום אינדעפּענדענס האָל.

עס איז געווען אַ קעניגליכער קבלת פנים, דער וואַרימסטער ברוך­הבא, וואָס איז געגעבען געוואָרען צו אַ גרויסען מענשען אין פילאַדעלפיא.

דער גאַנצער אינדעפּענדענס סקווער איז געווען באַלאַגערט פון מענשען.

רבי אַוועקגעזעצט אויף דזשאָרדזש וואַשינגטאָנ'ס טשער

מר. טהאַטשער האָט דעם רבי'ן אַריינגעפיהרט אין אינדעפּענדענס האָל און האָט אים געלאָזט אַוועקזעצן אויבענאָן אויפ'ן זעלבען טשער, וואו דזשאָרדזש וואַשינגטאָן איז אַמאָל געזעסען*56.

זיצענדיג אויפ'ן טשער, האָט דער רבי געבענטשט די אַמעריקאַנער רעגירונג און האָט שטאַרק געלויבט די אַמעריקאַנער קאַנסטיטוציע. "דאָס איז געווען מיין ערשטער וואונש ביי מיין אָנקומען קיין אַמעריקא צו זעהן דאָס וויגעלע פון דער אַמעריקאַנער פרייהייט", האָט דער רבי געזאָגט.

מר. טהאַטשער האָט אויף דעם געענטפערט: "עס איז באמת אַ גרויסער כבוד פאַר מיר צו באַגריסען אַזאַ הויכגעשעצטע דאָמינירענדע פּערזאָן, וואָס איז אַזוי גרויס ביים אידישען פאָלק. איך האָף און ערוואַרט — האָט מר. טהאַטשער געזאָגט — דאס די אַמעריקאַנער אידען, אַזוי גוט ווי דאָס גאַנצע אַמעריקאַנער פאָלק, וועט אייך געבען אַלע פרייהייטען, אַלע מעגליכקייטען דורכצופיהרן אייער מיסיאָן, צוליב וואָס איהר זייט אַהער געקומען צו אייערע ברידער אין אַמעריקא. עס איז אַ כבוד פאַר אונזער שטאָדט פילאַדעלפיא צו האָבען אייך דאָ אַלס גאַסט", האָט דעם מעיאר'ס אַסיסטענט סעקרעטער, מר. טהאַטשער פאַרענדיגט.


*56) להעיר מהמסופר בספר המאמרים תש"ד ע' 114 בהערת כ"ק אדמו"ר. ספר השיחות תר"פ­תרפ"ז ע' 2.