הביקור בסט. לואיס

63

כשהגיע רבינו אל בית הנתיבות בסט. לואיס קבלו פניו כשלשת אלפים איש. בשעה 00.9 בערב התקיים "קבלת פנים" בבית הכנסת בני אמונה — ונאספו כשני אלפים איש. רבינו דיבר 15 מינוט.

ביום ה' י' אייר התקיימה התוועדות מיוחדת בבית הכנסת נוסח האריז"ל, שם אמר רבינו המאמר שאו מרום עיניכם25.

ביום א' י"ג אייר הי' רבינו סנדק בברית מילה. בשעה 00.6 בערב התקיימה אסיפה בבית הכנסת שערי צדק. ובשעה 00.9 הי' היתה מסיבה בבית מושב זקנים, שם נאם רבינו נאום 25 מינוט. ע"ד תוכן הדברים שדיבר אנו קוראים בעיתון "דער אידישער רעקארד" יח אייר תר"ץ:

אין זיינע ווארימע רעדעס וואס ער האט געהאלטען זונטאג בייטאג אין שערי צדק און ביים באנקעט אין בית מושב זקנים האט ער שטארק אויפגעפאדערט מען זאל שטרענג אפ היטען דעם לאמזער גאון'ס פסק דין, ווי אויך שמירת שבת און טהרת המשפחה. נאך שטארקער האט ער אפעלירט פאר דער ארגאניזירונג פון דער אידישער יוגענד אויף דער מוסטער פון די "יאנג איזראעל".

מועתק בזה ראיון שנתן אז רבינו לכתב ונדפס בעתון "דער אידישער רעקארד" יח אייר תר"ץ*76:


25) מאמר זה אינו תח"י לע"ע. ולא נזכר במפתח ספרי מאמרי ודרושי רבינו הנ"ל הערה 9.

*76) ושם לפנ"ז: דורך דער רעקאמענדאציע פון קאלעגע א.ל. געלמאן, רעדאקטאר פונעם "אידישער רעקארד", האט זיך איינגעגעבען צו האבן א לאנגע געשפרעך מיטן ליובאוויטשער רבי'ן אדמו"ר ר' יוסף יצחק שניאורסאן, וועלכער האט געוויילט די לעצטע אכט טעג אין סט. לואיס.

"איהר זענט דער ערשטער צייטונגסמאן וואס האט דאס געלעגענהייט צו האבען א פערזעהנליכען געשפרעך מיט'ן שווער זאל לעבן", האט מיר געזאגט הרב גור ארי', דער איידעם, "דער רבי האט פאר דער גאנצער צייט, וואס ער רייזט ארום איבער אייראפא און אמעריקא, כמעט נישט געגעבן קיין אינטערוויאו פאר פארשטעהר פון דער פרעסע האט הרב גור ארי' צוגעגעבען. שוין ניט איינמאהל האבען פארשידענע צייטונגס­לייט געמאכט א פארזוך זיך באגעגענען מיט'ן שווער זאל לעבען, סיי אין אייראפא און סיי אין אמעריקא, אבער דאס האט זיך קיינמאל ניט איינגעגעבען".

"דער רבי", האט ער ווייטער געזאגט, "זוכט ניט קיין פובליסיטי, די הייליגע שליחות וואס ער האט אויף זיך גענומען צו באקענען די ברייטע אידישער וועלט מיט דער פאקטישער לאגע פונעם אידישע קיבוץ אין רוסלאנד, און רוחניות נאך מעהר ווי גשמיות, ווי אויך שאפען געוויסע מאטעריעלע שטיצע פאר די תורה­אנשטאלטטען, וועלכע געפינען זיך אונטער דירעקטע השפעה, אט די דאזיקע מיסיע וויל ער דורכפיהרען ניט מיט קיין טאנצען און פויקען, נאר אויף א גאנץ באשיידענעם אופן. און דערפאר איז ער בכלל געגען וועלכע איז פארם פון אינטערווינען און געשפרעכען מיט צייטונגסלייט, וועלכע יאגען זיך מעהר ענטייל נאך סענסאציעס און אט דערפאר ווייס איך ניט צו וועט אייך ערלויבט זיין פארעפענטליכען דעם גאנצען אינהאלט פון אייער געשפרעך מיטן רבי'ן".

"איבעריגענס", האט הרב גור ארי' פארענדיגט, "אויב מר. געלמאן האט זיך מיט אייך משתדל געווען ביים רבי'ן, פרובירט אויס אייער מזל. פיללייכט וועט זיך אייך איינגעבען א מוצלח זייט איהר שוין מיט דעם געשפרעך אליין".

אין עטליכע מינוט ארום האט דער גבאי פאר מיר געעפענט דעם רבי'ס חדר מיוחד און מיך אריינגעלאזט, נאך דער געוועהנליכען "שלום עליכם" האט דער רבי מיר אנגעוויזען אויף א שטוהל געגענאיבער זיין פלאץ און מיר געפרעגט וועגען מיין פערלאנג. [ההמשך בפנים].