תחלת תרפ"ח

4

הערט ער דעם קוועטש, איז ער פון דעם בשפלות, און ער איז דאָך אַ עובד, ער דאַוונט און לערנט דאָך, איז ער אַ עובד אַ שפל בשפלות. אבל לא שהשפלות הוא מצד העבודה שאז צ"ל התבוננות בזמנים קבועים, אבל השפלות שאינה מצד העבודה אָן התבוננות הוא על דרך המבואר בס' דרך החיים2 בענין העני שבלי שום התבוננות, הנה מיד בזכרו על מצבו איז ער צובראָכן. וענין זה אין צריך שיהי' כלל בגבול ישראל.

[ושאל הנ"ל: אם אפשר שוין אָנהויבן העבודה בשמחה, מצד ההסכם אַז עס וועט זיין גוט, אָדער עס איז שוין גוט.

והשיב כ"ק אדמו"ר:]

ודאי כן הוא, אַז מען טראַכט גוט וועט זיין גוט. כידוע המעשה3 שאצל אחד הי' חולה בביתו ונתייאשו הרופאים ונסע לאדמו"ר הצ"צ, ואמר לו: טראַכט גוט וועט זיין גוט. וכן הי' אצל אדמו"ר מהר"ש שפעם בא אליו אחד בכעין זה, וסיפר לו המעשה הנ"ל עם אדמו"ר הצ"צ.

וכן צריך להיות העבודה רק בשמחה כי שעת צלותא שעת קרבא4 ונהמא אפום חרבא ליכול5, שכן הוא העבודה בתחילת העבודה, והמלחמה הוא בקול רינה וברוממות, מיט אַ געזאַנג.

ב. (אח"כ נהי' בלתי סדר מחמת צפיפות העומדים), ואמר: זמן בכלל הוא מוגבל ובפרט זמן כזה הוא מוגבל, וכשיהי' סדר וועט מען קענען אויסניצן דעם זמן אויף וואָס מען דאַרף אויסניצן.

ג. הנני מודיע ומבקש להודיע לכולם: א) שלא להאמין למה שאומרים סיבות שונות לנסיעתי6, סיבות וענינים המנגדים לשכל הישר. נסיעתי מכאן אינה מצד ההכרח והפחדים, אלא סדר מסודר ישנו כאן7. ב) נסיעתי אינה אלא העתקה ממקום למקום במקום.

מען דאַרף זיך זען, מען מוז זיך זען, מען וועט זיך זען. ויתן השי"ת שבמשך הזמן עד שנתראה, יעזור השי"ת ונתראה ברוב טובה ובהצלחה מרובה, בעלי


2) ע' 10.

3) ראה ספר השיחות תר"פ­תרפ"ז ע' 113, ובהנסמן שם הערות 5­4.

4) זוהר — הובא בלקו"ת בלק עב, א. תצא לד, ג. לה, ג. וראה זוהר ח"א רמ, ב. ח"ג רמג, א.

5) זוהר ח"ג קפח, ב.

6) ראה לקמן ע' 7. ע' 74. ובשיחת מוצש"ק ויקהל ה'ש"ת — לפני נסיעתו מריגא לארה"ב (לא נדפס לע"ע), אמר רבינו: איך פאָר פון אייך ניט אוועק. איך פאָר נאר ווייל דער אויבערשטער הייסט מיר דארטן אויפטאן, אבער ניט איך פאָר ווייל איך האב מורא פאַר זיך, פאַר מיין גוף, יסורים האבן מיר אזויפיל צובראכן אז איך האב פאַר זיך, פאַר שלעכט זיין דעם גוף האב איך קיין מורא ניט. און אויך — איך פאָר ניט ווייל איך וויל פאָרן, נאר איך פאָר ווייל איך בין א מוכרח. אט אזוי איז געווען מיין גאנצע צייט פון נע ונד — בין איך ניט געפארן ווייל איך האב געוואלט, נאר איך בין געווען א מוכרח.

פון ראסטאוו אין פעטערבורג בין איך געווען א מוכרח. פון פעטערבורג אין ריגא בין איך געפארן ניט וויילע איך האב געוואלט, נאר ווייל איך בין געווען א מוכרח. פון ריגא אין ווארשא בין איך געפארן ניט וויילע איך האב געוואלט, נאר ווייל איך בין געווען א מוכרח. פון ווארשא אין אטוואצק בין איך געפארן ניט וויילע איך האב געוואלט, נאר ווייל איך בין געווען א מוכרח. פון אטוואצק אהער — ווייל איך בין געווען א מוכרח. און אזוי איז איצט מיט דער נסיעה אין אמעריקא — פאָר איך ווייל איך בין א מוכרח. נאר איך פאָר פון אייך ניט אוועק, איך בין מיט אייך אין איינעם, און מיר זאלן זוכה זיין זיך זעהן מיטן גואל צדק.

7) ראה ספר השיחות תנש"א ח"ב ע' 650.